דעם אמת געזאגט ווען איך האב צום ערשט געזען די ציפערן שווארץ אויף ווייס (בלוי אויף רויט...) בין איך געווען שאקירט! איך האב נישט געגלייבט אז די אהרונים האבן ממש דאפלט קינדער אין זייערע ניו יארקער מוסדות ווי די זאליס.
איך בין געווען זיכער אז די זאליס וועלן גאר שנעל אפירקומען מיט עפעס א הסבר וואס לייגט זיך אויפן שכל וויאזוי מסביר צו זיין דאס וואס די ציפערן שטעלן פעסט, קליפ און קלאר.
דערווייל איז שוין דורך כמעט א וואך, די גאנצע שטאט רעדט פון די ציפערן, און די זאליס זענען פארנומען מיט אלעם מעגליכן צו פארדרייען די שמועס ווי איידער זיך שטעלן פנים אל פנים מיטן אמת.
ווייזט אויס אז דער אמת איז טאקע יא דא נאר איינס.
נשלח ב-30/11/2007 17:41
איך פארשטיי ענק ווילן זיך טרייסטן פון די קלינגעדיגע קארט פראסק, אז ענק זענען לעולם די רוב,
פיין און וואויל, אבער ס'דא אפאר פראבלעמען מיט די חשבונות
1, עטס נעמטס ענק קרעדיט פאר גאנץ בארא פארק ווי ברייטע מחותנים, כאילו זלמן לייב האט דארט גארנישט. אין בארא פארק האבן די זאלויניס פונקט נאך נישט געעפנט קיין מוסדות, דאס מיינט אז מ'ווייס מיר נאך נישט די פראצענטן, די מציאות איז אז ער האט דארט פלענטי חסידים, און די רגע וואס זיי וועלן עפענען מוסדות וועט עס קלאר ווערן, ממילא בארא פארק דארף מען אינגאנצן אראפנעמען פון חשבון ווייל ס'נישט דא דארט קיין יושרדיגע מעסטער.
2, אין קרית יואל דארף מען שכל'דיג אריינרעכנען די בני יואל מוסדות פאר די זאלויני קרעדיט, זייער אסאך זאלויניס האבן אלס דארט געשיקט נאך פאר די זאלויני מוסדות האט זיך געעפנט ווייל זיי האבן נישט געהאט אלטערנאטיוו, און בכלל איז די ידוע אז די גאנצע בני יואל זענען לויטער זלמן לייב שטיצערס.
3. אפי' אין וומ"ס לויט דעם חשבון וואס עטס האטס געברענגט זענט עטס נאך אלס די קלארע מיינאריטי, ממילא ולשמחה מה זו עושה?
נשלח ב-30/11/2007 18:06
סקאט מאלען,
אויב דו גייסט מיט די חשבונות, דארף מען אויך נעמען אין באטראכט אז די זאלי בתי מדרשים אין וויליאמסבורג זענען פול, פול פול מיט ארונים
אדרבה, פאל אריין צו סיי וועלכע תפלה אין דערוואכן אין איינע פון די בתי מדרשים, וועסטו דיר אליין איבערצייגן, און שבת, איז קליימער, סאוט 8 און אנדערע (חוץ ראדני) אויך פול מיט ארונים
נו, דעמאלט האבן דאך די זאליס פאקטיש נישט די בנינים אין ווילי?
מען רעדט אבער ווער עס איז פאקטיש בעל הבית דערויף, און אויב די זאליס טריאומפירן מיט זייער זיג, זענען די ארונים פונקט אזוי בארעכטיגט צו טריאומפירן אז פאקטיש זענען זיי בעל הבית אויף צוויי מאל אזויפיל קינדער ווי זאלי איז
_________________
נשלח ב-30/11/2007 18:16
אמת סקאט?,
זלמן לייב האט אפילו נישט פראבירט צו עפענען מוסדות
אין בארא פארק און געדארפט לחרפתו פארשפארן ?
איך ווייס נישט מיט וואס פאר א שכל דו ווילסט אריין רעכענען
די 800 בני יואל קינדער (לויט זייער לעצטן דינער בראשער)
צו די זאלי פראקציע, בו בזמן ווען רובא דרובא בני יואל'ניקס
האבן פיינט זלמן לייב'ן פונקט ווי אונזער רבי'ן, בעריש לויפער וסייעתו
וועסטו קיינמאל נישט זעהן ביי זלמן לייב ער איז ביי עהם מאוס ונמאס,
און די זאליס האבן קיינמאל נישט געשיקט זייערע קינדער אין בני יואל,
נאר וואס דען די בני יואלניקס האבן פיינט רבינו שליט"א פונקט ווי די זאליס
על כן ווילסטו זיי שוין ציילן?, NICE TRY,
אין וויליאמסבורג, ווי ביי אונז איז זיכער נישטא קיין איין זאלי איז צוזאמען
מיט די תורה ישיבות קטנות דא מער קינדער ווי איר האט אין אייערע מוסדות,
און שוין אריינגערעכנט די אריבער טויזענט אהרונישע קינדער וואס לערנען
נאך אין אייערע מוסדות, (לויט אשר מיילך'ס ציפערן),
דא אין בארא פארק פארשטיי איך אז זלמן לייב האט עפעס פענס,
זיי הייסן שיע לעפקאוויטש, שמחה לעפקאוויטש,
פייטל פאשקעס, בערל גרינפעלד, און נאך אפאר זקנים
וואס האבן שוין לאנג נישט קיין קינדער אינדערהיים,
און זייערע אייניקלעך האבן שוין גארנישט מיט סאטמאר,
ווידער רובא דרובא אינגעלייט וואס האבן קינדער אין שטוב
באלאנגען צו אונזער לאגער, אין דארט ליגט דער סוד פון אייער
זיין געצווינגען צו פארמאכן א סאטמארער (?) מוסד די ערשטע מאל
אין די היסטאריע,
נשלח ב-30/11/2007 18:16
סקאט שרייבסט
(און די רגע וואס זיי וועלן עפענען מוסדות און בארא פארק וועט עס קלאר ווערן, ממילא בארא פארק דארף מען אינגאנצן אראפנעמען פון חשבון ווייל ס'נישט דא דארט קיין יושרדיגע מעסטער.)
למעשה ביסטו נישט גערעכט ווייל די זאליס האבן שוין געהאט געפענט מוסדות און בארא פארק און יעדער האט געזעהן וויפיל קינדער זיי האבן געהאט, נישט קיין ווינדער זיי האבן געדארפט פארשפארן
נשלח ב-30/11/2007 18:27
און ביי די וועי
די קנאפע 5 אהאלב טויזענט וואס ס'איז דא און רז"ל מוסדות און וומס"ב איז אסאך נישט חסידים פון רז"ל נאר זיי האבן דארט די קינדער ווייל 82 איז געווען די שטאט'ס מוסדות און זייער אסאך ווילימסבוירגע אידן נישט סאטמארע האבן געלייגט דארט און ס'איז דא אסאך וואס לייגן נאך דארט ווייל זיי האבן דארט געלייגט ביז יעצט זיי האבן נישט קיין סיבה ארויס צונעמען זיי זענען נישט קיין ארוינים אדער זאלוינים
נשלח ב-30/11/2007 18:27
און שוין פארקויפט זייער בהמ"ד הגדול 11 און פארמאכט זייער נאכט כולל אין וויען אבער זיי האבן רוב ווייל זיי האבן א בוטשער
נשלח ב-30/11/2007 18:44
יענקעלע, זאגסט גראדע אן אינטערסאנטע פוינט, גאנץ אנפאנג פון מחלוקה האבן די זאלוניס אוועק געמאכט אהרן אז ער האט נאר די יונגווארג, נאר אונטער 30, כהנה וכהנה, האב איך דעמאלטס געזאגט פאר א זאלי, רבי איד, די יונגווארג זענען טויזנט מאל מער ווערד פאר א חסידות זאל זיך בויען ווי די אלטע לייט, זיי שיקן די קינדער צו די מוסדות, זיי מאכן די שמחות, זיי זענען מער אריינגעלייגט דערין, ועל כולם זיי פארמירן אויס די נעקסטע דור ווי זיי זאלן גיין. ס'דא פילע פילע באמת חשוב'ע עלטערע סאטמארע אידן תלמידים פון ר' יואל זצ"ל וואס זענען ביי זלמן לייב, שטיצן איהם שטארק, אבער זייערע אלע קינדער יונגלייטלעך קלאטשן הכל יודך ביי אהרן, הייבן אויף זייערע אייניקלעך צו אנצייגן די צורה פון אהרן. למעשה האט אהרן א חסידות מיט א גלענצעדיגע פיוטשער, ער איז א רבי מיט אלע קליפערלעך, דאס וועט דער גרעסטער בני יואל מודה זיין.
נשלח ב-2/12/2007 09:40
איי איי איי סקאט דו רעדט דאך בכלל נישט צום דבר, יענקעלע האט געזאגט אז סך הכל פארמאגט זלמן לייב אפאר זקנים אין בארא פארק, און דעטס איט, ס'פעלט עפעס עלטערע אידן ארונים אין בארא פארק? און ווען יא? ווער רעדט פון דעם יעצט? די שמועס גייט דאך דא אויף א גאנץ אנדערע דיירעקציע,
אה דעס ווילסטו דאך, פארדרייען די שמועס. . .
נשלח ב-2/12/2007 21:01
דא איז די ליסטע פון די שטאטישע לאנטש פראגראם דא קען מען זען ווער עס האט וויפיל
UTA (זלונים) האבען 6840
ארונים 3222
לויט דעם האבען די ארונים אין ווימ"ס בערך 30% פון די זלונים