דיין אויסגעטראכטער תירוץ איז אויפן פלאץ אפגעוואנדן געווארן.
די ביסט אויפגעקומען מיט א אויסגעטראכטער תירץ אז ביי דער לאנטש פראגראם פון א מוסד וואס איז עלטער פון דריי יאר באקומען זיי געלט יעדער יאר, דעם גאנצען יאר, לויט די פערצענט פון ארימע קינדער איבער די פאריגע צוויי יאר.
דערפאר לוינט זיך נישט פאר א נייע מוסד איינצושרייבן רייכע קינדער כדי דער עוורידש פון ארימע קינדער זאל זיין העכער.
למעשה זעהט מען אויף די לאנטש פראגראם וועבסייט אז די פערצענטן פון ארימע קינדער וואס זענען בארעכטיגט טוישט זיך יעדען חודש, סיי ביי נייע מוסדות און סיי ביי אלטע מוסדות.
א ליסטע פון UTA מהרז"ל פון די לעצטע יאר איז געווען בייגעלייגט (צוויי פעידש'ס צוריק) און יעדן חודש איז געווען אנדערע פערצענטן.
אלזא האסטו קיינמאל גארנישט פארענטפערט.
ביסט געבליבן מיטן צונג אינדרויסן דארט אזויווי דא.
למעשה, לויט די פונקליכע און אפדעיטעד שטאטישע ליסטע פון דעם לאנטש פראגראם פון לעצטען חודש האבן סאטמאר מהרז"ל 6,883 קינדער - סאטמאר מהר"א 3,002.
דאס הייסט מהרז"ל האט 70% פון וויליאמסבורג און מהר"א 30%.
_________________