די ארונים ווילן מען זאל פארגעסן די פלאפ מיט די אריזאנע ווייץ, קומען זיי אויף מיט שחיטה. ווען די שחיטה וועט פלאצן ווי א זייפן בלאז וועט קומען מעקסיקאנער טשיז דעלקעלעך פאר שבועות.
נשלח ב-2/12/2007 10:08
אידעלע, ר' משה פינקעל פארקויפט דיר גערן פלייש...
און א הכשר האסטו א פארטיגן "ממליחה ואילך".
זיי זיכער אז דער רבן של ישראל האט גערעדט צו רבבות אידן, אבער נישט צו דיר.
_________________
נשלח ב-2/12/2007 10:23
צדיק, וואס גייט פאר מיט די אריזאנע ווייץ? דערצייל אלעס. דערנאך וועלן מיר צוריקומען צו די שחיטה
די שחיטה איז נאכנישט דא, די אריזאנע ווייץ איז שוין נישט דא.
נשלח ב-2/12/2007 14:16
און אלפי רבבות חסידים ואנשי מעשה המדקדקים בקלה כבחמורה וכמו כן רבנים וגאונים זענען מדקדק צונוצן נאר די אריזאנא ווייץ ווייל דאס איז די מערסטע מהודר וועגן דעם איז שוין טאקע נישטא צו באקומען .
נשלח ב-2/12/2007 18:45
לעידיס ענד דזשענטעלמען, איך האב נישט קיין ברירה, דאס מאל האט מיך אידעלע געכאפט, וועל איך מוזן טאקע דערציילן פונקטליך וואס גייט פאר מיט די אריזאנא ווייץ
איך בעט זייער די ארונים זאלן מיך נישט באפאלן, וואס איז אמת דאס איז אמת, מיר מוזן זיך אונטער געבן צו אידעלע
די מעשה מיט די אריזאנע ווייץ איז ווי פאלגענד (סארי, איך וויש מיר די טרערן)
מען איז געפארן אויף אריזאנע און מען האט געשניטן דארטן ווייץ פאר מצות לפסח (אוי רבונו של עולם, זיי דיך מרחם אויף מיר, איך קעןן נישט, ניין, איך קען נישט, אקעי, אידעלע, איך האב נישט קיין ברירה, איך דערצייל ווייטער)
עס איז מורא'דיגע מהודר'דיגע ווייץ וואס לעזט אלע שאלות וואס מען טרעפט אין די פוסקים
פאר א יאר האבן שוין עטליכע טויזענט משפחות אין ניו יארק פון די קהלות סאטמאר, פאפא, צעהלים און נאך א 15 קלענערע קהלות פון רבי'ס און רבנים אין בארא פארק, מאנסי און נאך, געגעסן מצות פון אריזאנע ווייץ, און נאך אנדערע האבן געוואלט קויפן נאר אזעלכע מצות אבער עס איז געווען א מאנגל אין די ווייץ (אוי מה הי' לנו, רבונו של עולם, עד מתי, האב רחמנות)
היי יאר האט מען געשניטן פי כמה, צענדליגער טויזנטער פונט ווייץ צו קענען נאכקומען דעם גרויסען פארלאנג (אוי, דאס הארץ דאס הארץ, הצלה הצלה, רופטס הצלה, איך בעט ענק, אידעלע איך קען מיך אפשטעלן? ניין? אקעי, געב איבער א גריס מיין משפחה, זאג זיי איך וועל זיין א מליץ יושר פאר זיי אלע, איך וועל עס נישט איבערלעבן, אבער איך מוז ווייטער דערציילן, אידעלע הייסט)
אויב איז נישט גענוג געווען, האט מען אויך געשניטען היי יאר אין ארעגאן ווי מען האט געטראפן נאך גאר מהודר'דיגע ווייץ, און עס האט צוגעברענגט אז די זאליס, וואס האבן דארט געוואלט שניידן, האבן זיך געמוזט בייסן די ליפן