בית פורומים כל העולם כולו

האדמו"ר מסאמאר: בעט אויף סייעתא דשמיא אויף נייע שחיטה פאר גסות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/12/2007 21:54 לינק ישיר 

פארלעסליך קודם רעדסטו ווי אן עם הארץ, די רעדע איז פון צלע י"ג וואס איז אלעמאל געווען א פאלעמיק צווישן די גדולי הפוסקים

צווייטענס, ווער האט דען געזאגט אז מען גייט מחמיר זיין אין דעם ענין? אונזער רבי זאל זיין געזונט האט נאר אזויפיל דערמאנט נעכטן אויפן שפיץ גאפעל אלע ערליי ערטער אין די שחיטה וניקור וואו עס איז יש מקום להגדיר, אין די היינטיגע וועלט פון פראבלעמען, און האט אויך אויסגערעכנט אז די צלע י"ג איז א פלאץ וואס איז א שווערער מקום מנקר צו זיין און מען דארף דאס טאן כדבעי

ער האט נישט געזאגט אז מען גייט דאס אוועקשניידן, ער האט דאס נאר אויסגערעכנט אלס א מקום וואו עס פעלט זיך אויס גרויס אחריות

דריטענס, פון די קאשויער פלייש מעשה ביז היינט, איז שוין א דורך 27 יאר, אין די צייט איז דא א גאנצער נייער דור פון שוחטים, מנקרים, משגיחים און רבנים המשגיחים, און מען האלט שוין אויך נאך פרשת פינקל. צו זאגען אז וואס איז גוט געווען דעמאלט אין עניני כשרות איז גוט היינט אויך, סתם פאר דעם ווייל עס איז גוט געווען דעמאלט, איז נאריש און עס איז פונקט ווי דער רבי זי"ע פלעגט זיך באקלאגען אויפן עירוב אין מאנהעטן אז די מאנהעטינייטס האבן דאס גענוצט צענדליגער יארן נאכדעם וואס דער רב המכשיר האט שוין נישט געלעבט

אבער צו זאגען ערב יום כיפור פארן ברך משה זי"ע - וועלכער האט געפרעגט דעם קאשויער רב ער זאל אים זאגן וואסערע פראבלעמען ער האט געטראפן מיט די ניקור - אז עס ברענט נישט יעצט ערב יום כיפור, ווייל אז מען האט געגעסן דרייסיג יאר נבילות וטריפות וועט מען ווייטער עסן, דאס מיינט אז אלע גדולי ישראל פון דרייסיג יאר פריער זענען ר"ל נכשל געווארן (איך וויל עס נישט ארויסשרייבן), אויף דעם קומט זיך א גוטן עפרא ל...

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/12/2007 21:56 לינק ישיר 

איך וויל נישט חס ושלום דא אויפברענגען אלטע מחלוקות פון שוכני עפר, דער קאשויער רב איז געווען א תלמיד חכם און ערליכער איד, און יעדער האט זיך שוין איבערגעבעטן, און ס'איז זיכער אז עבדו רבנן שלמא במתיבתא דרקיע, אבער פאר פארלעסליך האב איך נאר געענטפערט וואס קומט אים

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/12/2007 22:31 לינק ישיר 

רבי יונה A1



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/12/2007 22:40 לינק ישיר 

די זאליס שרייען דאך אז זיי זענען די רוב רובם פון סאטמאר...
אלזא וואס באדערט דיך אז א "קומץ קטן" דרייט אן מיט'ן פלייש...

אויב איר זענט דער רוב, לאכט זיך אויך, נישט מאכן א וועזען דערפון

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2007 17:52 לינק ישיר 

משמועסט אז לישע האט געהייסן פאר רעב לוזער צו רעדן וועגן 'די שחיטה', אבער דער חכם האט נישט געכאפט וואס מוויל און גענומען רעדן פון בהמות שחיטה...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2007 18:30 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט וואס דארף מען זיך אזוי צורייסן און מוסר נפש פאר חומרות פון בהמה פלייש, קען מען נישט לעבן אן דעם?

בשלמא אריזאנע ווייץ, איז דאך א מצוה, אבער צו עסן סטעיק? מ'קען זיין געזונט און שטארק און יוצא זיין אלע מצוות, אן עסן צינג, ראוסט ביף און פיסטראמי.

די אלע זאכן זענען דאך בלויז חומרות, מעגליך ערענסטע חומרות, נו, אויב איינער וויל טאקע זיי א מחמיר זאל ער נאר עסן טשיקן און טורקי. דאס האבן אלעמאל געטאן די מחמירים.

פארוואס פונקט יעצט שווענדן מיליאנען פאר סטעיק, ווען דו ביסט אזוי ביהיינד און געשטיקט מיט בנינים פאר דיינע מוסדות אין וומ"ס. פונקט נאכן פארלירן די קארט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2007 19:48 לינק ישיר 

סקאט די רעדסט שוין טאקע ווי דער גוי נאך די רופסט דיך , אמת מען קען זיך באגיין אהן דעם וואס זאל מען אז רוב רובו 99% פונ'ם עולם עסט יא חאטשיק זאלן זיי עסן 100% כשר מיט אלע חומרות אויס געהאלטן , צווייטנ'ס יו''ט איז דאך זיכער א מצוה צועסן בקר .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2007 19:53 לינק ישיר 

סקאט נו פיר אויס אלא מאי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2007 20:09 לינק ישיר 

אלא מאי, איך שטעל מיך פאר אז די אהרויניס האבן זיך געביסן די נעגל, ווי זייער רבי רעדט ביי זייער נייער מוסדות דינער, וואס אפי יעדער זאל זיך דארט אויסליידיגן זייער באנק אקאונטס וועלן זיי זיין אינטערשעליג מיט מיליאנען דאלארן פאר זייער קהלה און מוסדות, אדאנק די נארוואס פארלוירענע קארט, אן דא האט דער רבי נישט קיין אנדערע דאגות נאר פון עפענען א בקר שחיטה פאר מיליאנען, וואס ווער ס'וויל דוקא מחמיר זיין קען זיך באגיין אן בהמה פלייש. די טיימינג איז זייער שלעכט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2007 20:48 לינק ישיר 

סקאט איך האב ערווארט א בעסערן אלא מאי

זעט אויס אז זייט מען האט דיר נישט באצאלט ביזטו צומישט!
 
אז עס פעלט אין די מאה פעלט אין די דעה!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/12/2007 21:00 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:

וואס אפי יעדער זאל זיך דארט אויסליידיגן זייער באנק אקאונטס וועלן זיי זיין אינטערשעליג מיט מיליאנען דאלארן פאר זייער קהלה און מוסדות, אדאנק די נארוואס פארלוירענע קארט, אן דא האט דער רבי נישט קיין אנדערע דאגות נאר פון עפענען א בקר שחיטה פאר מיליאנען,.



סקאט במחילת כבודך אבער דו רעדטס ווי א קינד
ווען זייער בית השחיטה פון גסות וועט זיך אויף ארבעטען וועט דאך דאס זיין א גרויסע אינקאם פאר זייער מוסדות
דאס איז פשוט און פראסט א נייע אינוועסמענט פאר זייערע מוסדות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/12/2007 19:55 לינק ישיר 

פון איבעראל הערט מען אזעלכע גריסן איבער דעם נייעם פראיעקט, אזש עס גלייבט זיך נישט אין וועלכע וועלט מיר לעבן.

איך האב געהערט נאכזאגן פון געוויסענע עקסטרעמע מענטשן און רבנים וואס האבן שוין נישט פארזוכט קיין שטיקל בהמה פלייש די לעצטע 25 יאר, אז פון די נייע שחיטה וועלן זיי אי"ה עסן.

איך גלייב נישט אז דער רבי האט עס געמאכט דירעקט פאר די אידן, אבער ס'איז זיכער א גוטע זאך אז יעדער איינער, זאל קענען זיין רואיג אז וואס ער עסט איז כשר למהדרין מן המהדרין בלי שום פקפוק כלשהו.

דער תירוץ אז ס'איז גוט געווען אמאל, איז א "פוילער" "סטאטוס-קווא" תירוץ.
וויפיל זאכן איז געווען די לעצטע פאר יאר מיט די פלייש, וויפיל זאכן האט  מען געהערט וואס האבן אוחיפגעטרייסעלט יעדן רעכט דענקיגן מענטש.

עס איז קלאר אז א תיקון גדול איז א געוואונטשענע זאך - עס איז נאר אינרעסאנט וויאזוי דער "סטאטוסקווא" רבי וועט רעאגירן דערצו.

סטאטוסקווא רעבע מייין איך, וואס איז קעגן אריזאנא ווייץ, קעגן קרית יואל שחיטה, קעגן נייע הידורים אין גסות, און קעגן מהדר זיין ביי א מקוה טהרה... מיט דעם "NO CHANGE" צוגאנג, נוסח שטאטטוסקווא של השופט באראש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/12/2007 20:56 לינק ישיר 

איך הער זאג אז מ'האט שוין אין די לעצטע פאזעס פון די שחיטה אין טעקסאס.
פון איין מקור הער איך אז אי"ה אויף דעם קומענדיגן יום טוב פסח, וועט מען שוין קענען קויפן פלייש פון "סאטמאר המהודר".

דאס וועט האפטענליך זיין א ריכטער קרבן פסח, מיט די גרעסטע הידורים על אדמת אמעריקא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/12/2007 21:01 לינק ישיר 

סקאט דריי נישט קיין קאפ, ווער דארף דא משקיע זיין מיליאנען?

עס איז א מיעל מארט פראיעקט, מיעל מארט וועט מאכן די מיליאנען

עס וועט נאר קאסטן פאר קהל יטב לב בוטשערס עקסטער געלט, ד.ה. אלע בוטשערס (קרית יואל, וויליאמסבורג, בארא פארק פלעטבוש) אינאיינעם וועלן האבן א פרישן בודזשעט פון בערך  הונדערט טויזנט דאלאר א יאר, פאר אן אייגענעם משגיח תמידי אויפן פלאץ (לויט ווי איך הער אז דער רבי וויל איינפירן)

די אנדערע זאכן איז נישט קיין פרישע הוצאות. אויב דער מנקר וועט דארפן ארויסקראצן נאך א שטיקל פעט, וועט דאס קאסטן עקסטער? אויב דער שוחט וועט דארפן נאך א פאר מאל בודק זיין דעם חלף, וועט עס קאסטן עקסטער? אויב מען וועט אין דעם בית השחיטה נישט נעמען נאר גלאט גלאט בהמות, און די נישט קאמפליט גלאטע וועלן בלייבן פארן גויאישן שלאכט הויז, וועט דאס קאסטן מער?

פארגעסטס נישט, ער גייט נישט אויפבויען קיין אייגענעם בית השחיטה דא. מיעל מארט וועט דעדיקעיטן איינע פון די שלאכט הייזער וואו זיי שעכטן פאר די נייע סאטמארער שחיטה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/12/2007 03:53 לינק ישיר 

ר' זלמן לייב זאגט אז ער וועט קער נעמען פון די גשמיות חלק, ער וועט טעסטן די פלייש און זאגן ווי גוט די שטיקל פלייש איז אין מויל,

און זיין ברודער זאל קער נעמען פון די רוחניות חלק...




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > האדמו"ר מסאמאר: בעט אויף סייעתא דשמיא אויף נייע שחיטה פאר גסות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.