הייסע נייעס: דוד עקשטיין באיקאטירט ארונים אין מאנסי
נישט אז ס'איז מיר א גרויסע שמחה אז ער איז געקומען דאווענען אין סאטמאר, אבער פירוד בין רשעים נאה להם ונאה לעולם.
די וואך האט דוד עקשטיין געוויילט אין מאנסי און ער האט געדאוונט גאנץ שבת נאר אין סאטמאר, און נישט אריינגעטרעטן אין די ארונישע שול.
ס'איז נישט די ערשטע מאל וואס דוד עקשטיין קומט קיין מאנסי און דאוונט נאר אין שול פונעם מאנסיער סאטמארער רב שליט"א, אבער די וואך איז עס געווען א ספעציעלן ווייטאגליכן פראסק פאר די ארונים ווייל די וואך האבן זיי געמאכט א גאנצן טראסק וועגן כ"א כסלו. זיי האבן געברענגט עפעס א רעדנער פון די מרחקים און געפירט אן אייגענע טיש, פרובירנדיג צו גיין קאמפעטישן מיטן שיינעם טיש פון הגה"צ מאנסיער סאטמארער רב שליט"א, אבער צום סוף האבן זיי נישט נאר געהאט אן אויסגעשפילטן שבת, נאר דער קרוין פון די ארונים, דוד עקשטיין, האט באיקאטירט זייער "מעכטיגן שבת" און געגאנגען דאווענען דוקא אין סאטמאר.
דאס איז שוין די דריטע מעכטיגע פראסק וואס די ארונים האבן געהאט די לעצטע פאר וואכן.
די דריי פראסקעס.
1. הגה"צ דומ"צ קיט"ל בקר"י שליט"א באטייליגט זיך ביי לוי' פון הגה"ק ר' אברהם לייטנער זצ"ל
2. רבי משה גרין שליט"א, וואס די ארונים האבן פארקויפט ביז יעצט אז ער איז אן ארוני, באטייליגט זיך ביי צענטראלע כ"א כסלו מסיבה אין סאטמאר.
3. להבדיל אלף אלפי הבדלות דוד עקשטיין באיקאטירט ארונישע שוהל אין מאנסי און קומט דאווענען קיין סאטמאר.
נשלח ב-2/12/2007 10:19
קעגן ר' חיים יושע'לען האבן מיר בערך 120 אינגעלייט, מידי יום ביומו ושבת בשבתו... זיי מאכן דארט גאר א גוטע דזשאב.
לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז ר' חיים יושע וואלט גערן אוועקגעגעבן ר' דוד עקשטיין און זיין זון, און געבעטן די 120 אינגעלייט צוריק צו קומען אין זיין שיינע הערליכע שול... און אויפגעבען זייער 6 אקער לאנד קאמפלעקס, וואס זיי האבן נאר וואס אפגעקויפט.
וואס זאגסטו אידעלע צו דעם?
_________________
נשלח ב-2/12/2007 16:14
ווי איז דוד 46 אידעלע האט איהם איבערגענומען??????????????
נשלח ב-2/12/2007 17:25
זאליס ברויזן אויף הרב חיים יושע שליט"א
ווי באקאנט האט דער עולם לעצטענס געזעהן אז די זאליס האבן אזא קאמפיין אז די (מוסרים) קענען בשום אויפן נישט באקימען אן עליה ביי זיי און ביהמ"ד,
ווער געדענקט נישט לאנג צוריק ווען הרב שמואל אבערלענדער האט בשום אויפן נישט געקענעט באקימען אן עליה ביי א שומחה פון די משפחה און סאוט 8 ביהמ"ד הרב חיים קלמאן גוטמאן שליט"א האט זיך געבעטן און געבעטן אבער די זאלי קהל האט בשום אויפן נישט געוואלט און ער האט געדארפט מאכן די שומחה און ברכה סימה,
און אזוי אויך ווען ר' יצחק ראזענבערג שליט"א איז געווען און מאנסי האט ער בשום אויפן נישט געקענט באקימען אן עליה,
און דא אויף איין מאל האט הרב חיים יושע שליט"א געגעבן א פראסק פאר די זאליס ער האט געגעבן אן עליה פאר ר' דוד עקשטיין וואס לשטית האזליס איז ער א מסור מיט א גוי
די זאליס קאכן געפערליך זיי האבן געשיקט מעסידשעס אז זיי וועלן ווייזן פאר הרב חיים יושע שליט"א וואס ער קען בקיצר ס'איז לעבדיג דארט צווישון די זאליס און די חיימשוינים
נשלח ב-2/12/2007 19:03
נו גערעכט איז ר' חיים יושע. א מענטש וואס שטעכט אזוי אריין א מעסער אין רוקן פון סאטמאר, זאל ער נישט געבן קיין עלי'?