אזוי ווי דעם שב"ק האט מהרז"ל געגעסן מיט די בחורים (ווייל רבינו שליט"א האט דאך קודם געמאלדן האט ער כמעשה קאפי קעט אויך געזאגט למה נגרע)
נאך זיין סעודה האבן זיך די בויעס ארויסגעלאזט אויף די גאסן און אנגעהויבן נאכשרייען וועמען זיי האבן רח"ל געזען טראגן מיטן עירוב. אינצווישן האבן אפאר איידעלע בחורים באמערקט א פרוי שטופן א קערידזש... אה דאס איז מצוה מן המובחר.
די איידעלע טייערע צאן קדשים האבן איידעלערהייט צוגעגאנגען צו איר און איר שיין געשריגן "שבת"... מרשעת... מחלליה מות יומת... איר זענט א רשע'נטע... און אזוי ווי די רשעות'דיגע פרוי האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט האבן די איידעלע בחורים נישט געהאט קיין אנדערע ברירה, נאר אויפגעהויבן עטליכע שטיינער פון די גאס און איר שיינערהייט געווארפען און געשריגן נאך איידעלע לשונות, פאר די פרוי און האבן געמאכט א געוואלדיגן קידוש שם שמים ברבים.
עטליכע פרעמדע מענטשן האט נישט געפאלן וואס די טייערע בחורים טוען, האבן זיי געשריגן אויף די בחורים היתכן אז זיי שרייען נאך פרויען... אבער וואס פארשטייען דען די פאפא'ער, סקווירא'ער, טאהשער, און סתם מענטשן... מיר האבן דאך א בפירוש'ע הוראה פון אונזערע דיינים אז מ'דארף בפירוש יא נאכשרייען פרויען, און אויב ס'העלפט נישט מעג מען לכתחילה ווארפען צרורות ובליסטראות, און מאכן א מעכטיגן כבוד שמים.
_________________
נשלח ב-2/12/2007 22:53
איך האלט נאך אינמיטן זוכען שטיינער אויף לי עוו. און איך קען נישטא געפונען...
זשוליאני, פאר יעדן שטיינדל א צוואנציגער!
_________________
הכל שריר וקיים
נשלח ב-2/12/2007 23:52
די דארפסט דיך פרייען מיט די העלדישע אקטן פון די טייערע צאן קדשים, בחורים קדושים שלא טעמו טעם חטא... דארפסט נישט לייקענען חלילה. אדרבה, ויגבה לבו בדרכי ה', ווי די מעשה וואס די הייליגע גמרא פארציילט אין ברכות.
אגב, האט א אינגערמאן וואס איז דארט געווען, מחושובי חסידי פאפא, אראפגעכאפט צוויי הוטן פון די איידעלע קווינסער בחורים וועלכע האבן באפאלן די פרוי, און די הוטן ליגט ביי אים.
אגב, וואס ביזטו אזוי בייז אז זיי האבן געשריגן דאהי. בלומענפעלד האט נאר פארבאטן צו שרייען שבת אין בארא פארק, דאהי אין ווילי האט מען געהייסן אז מ'זאל יא שרייען. נו, האבן דאך די איידעלע בחורים יא גוט געטאן.
_________________
נשלח ב-2/12/2007 23:54
זעהט אויס אז פון די אלע שטיינער איז ליידער געווארן איין גרויסע שטיין!
(דברים ד פסוק כח) ועבדתם שם א-להים מעשי ידי אדם עץ ואבן. זאגט דער הייליגער קמארנער זי"ע אין היכל הברכה. אז באחרית הימים וועט זיין א רבי א פשוטער שטיין וואס איז נאר מעשי ידי אדם . מענטשען האבן עהם געמאכט .
אשר לא יראון וואס זעהט נישט מיט קיין רוה"ק ( ער זעהט נישט וואס פארא חורבנות זיי זייען אהן)ולא ישמעון (זיי הערן נישט קיין דברי תורה פון מוכיחים וואס זענען מסביר אז זיי פארסאמען ל"ע דאס יוגענט . און נאכדעם הערן זיי נישט צו די ווייי געשריי פון די טאטעס וואס זיי אליין ווארפן ארויס זייערע בחורי חמד)
ולא יאכלון זיי עסן נישט בקדושה.
ולא יריחון עס שמעקט נישט פון זיי קיין דברי תורה ע"כ
(דברים כח פסוק סד) ועבדת שם א_להים אחרים אשר לא ידעת אתה ואבותיך עץ ואבן
א פארשטיינערט הארץ..
עס איז דא ב"ה א בחירה. ווער עס וויל זאל זיך אויסוועלען דעם עץ ואבן .
און ווער עס וויל האט א ברירה . קען אויסוועלען די הייליגע דברי תורה וואס צוברעכען דעם לב האבן. דער נביא שרייט (ירמי' כג פסוק כט) הלא כה דברי כאש נאם השם וכפטיש יפוצץ סלע. וואס טוט צוברעכען דעם שטיין. וואס שטייט אין וועג בקרוב במהרה.
דער הייליגער תנא רבי עקיבא בן יוסף איז געווען קודם א ע"ה. נאכדעם האט ער געזעהן אז וואסער צוברעכט א שטיין. האט ער פארשטאנען אז דברי תורה וואס זענען וויא וואסער (הוי כל צמא לכו למים(ישעי' נה פסוק א) ) צוברעכן דעם פשוטן שטיין . האט ער זיך מיישב געווען און געווארן א ת"ח