בית פורומים כל העולם כולו

ר' עזריאל גליק: מיר וועלן נישט לאזן מיעל מארט טוישן סדר השחיטה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/12/2007 08:15 לינק ישיר 
ר' עזריאל גליק: מיר וועלן נישט לאזן מיעל מארט טוישן סדר השחיטה

ווי עס קוקט אויס האבן די פירער פון מהרז"ל פארטיי אנגעהויבן שפירן דעם דרוק פון די כ"א כסלו דרשה, איבער די נייע חומרות והידורים וואס סאטמערער רבי שליט"א האט אנאנסירט וואס וועט אי"ה איינגעשטעלט ווערן ביי די שחיטה פון גסות, וואס אנשפרעכט צו זיין א רעוואלוציע בעולם הכשרות.

הרז"ל האט דריגענד פארריפן א וויכטיגע זיצונג מיט די דיינים, דער דיין ריח"מ איז נישט געקומען. די אנדערע דריי פיליאפף און וויינבערגער מיט רח"ד כ"ץ זענען געקומען.

דארט איז שוין געווען הרב עזריאל גליק, לאנג יעריגער איינגעשטעלטער ביי UTA און אויפן פעיראלל פון מיעל מארט פאר די לעצטע 50 יאר כולם שוים לטובה.

ר' עזריאל האט אראפגעלייגט פאר די רבנים די הארבקייט פון די נייע טוישונגען וואסערע שרעקליכע מכשולות דאס קען רח"ל ברענגען און אז דאס אוועקגיין פון די מסורה איז א עון פלילי און דארף גאר שארף בקעמפט ווערן.

רח"ד כ"ץ האט געזאגט אז ער האט באקומען א הבטחה פון מיעל מארט אז זיי גייען נישט מאכן קיין שום טויש - הרז"ל האט אבער אויסגעדריקט זארג אז ווי מען הערט זענען די וויינשטאק ברידער געווען אין זאל בשעת מ'האט גערעדט פון די שחיטה, און דאס קען אויסגעטייטשט ווערן אז זיי וועלן זיך יא ברעכן. אלזא אין אין פאל וועלן זיי אראפשטעלן א פוס, און ווארענען מיעל מארט, אדער מיט אונז אדער מיט זיי, און ער האט אויפגעפאדערט ר' עזריאל שליט"א אז ער זאל ווי אמשנעלסטן איבערגעבן דעם פארארדענונג פאר די פירער פון מיעל מארט, אז זיי שפילן זיך מיט פייער, און דאס וועט נישט טאלערירט ווערן.

פון די עסקנים וועלכע זענען משקיע גרויסע כוחות אין די נייע שחיטה, הערט מען אז מיעל מארט איז למעשה א 30 פראצענט שותף אין די נייע פלענט, און אפילו מיעל מארט וועט זיך ארויסציען - א זאך וואס איז גאנץ מעגליך - וועט די מהודר'דיגע שחיטה פאר גסות ווייטער אנגיין, נאר מיעל מארט וועט ארויספאלן.

ווי עס קוקט אויס קומט יעצט עטליכע שווערע וואכן און מאנאטן. די רז"ל פארטיי וועט זיכער נישט ריען, זעענדיג אז די KJ באן נעמט איין ד גאנצע וועלט, קודם מיט די מהודר'דיגע עופות, נאכדעם מיט מהודרדיגע ווייץ, און איצט מיט די מהודר'דיגע שחיטה פאר גסות, מיט א גענצליך איבערהאול אויף ניקור, מליחה, שחיטה, בדיקת סכינים, שחיטה מונחת, ועוד, אויף וואס מהדרים בכשרות קוקן שוין לאנג ארויף.

דערווייל, וועלן מיר לאזן ר' עזריאל גליק אנהייבן קאמפיינען דערקעגן, און ס'וועט זיין אינטרעסאנט צי זעהן וויפיל פאוער דער ער האט היינט, און צי משה גבאי מיט עזריאל גליק אינאיינעם קענען אפשטעלן דעם גאלאפ פון דעם גרעסטן כח אין כשרות בדורינו, הרבי מסאטמאר שליט"א - מיט די בעקינג פון די גרעסטע ריזן אינעם פעלד פון כשרות פון אינטערנאציאנעלע אנערקענע רבנים איבער דער גארער וועלט.

_________________




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2007 09:03 לינק ישיר 

דו ווייסט וואס די חילוק איז?

סאטמארער רבי שליט"א קען נישט שלאפן ביינאכט פון גרויס פחד און זהירות אין אזא האקעלן ענין. ווידער עזריאל גליק, רז"ל ט"ב, און אפילו די פעיראלל דיינים שלאפן זייער רואיג על משכבם, זיי האבן קיין פראבלעם מיט גארנישט אויסער די 'קליפה' ....

פאר די דאזיגע סיבה וועט בע"ה זיין אוממעגליך פאר די פארשלאפענע אפצושטעלן דעם וואס שלאפט נישט! If it''''s good marketed, you''''ll buy it. but if it''''s real you''''ll FEEL it!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/12/2007 14:18 לינק ישיר 

אויף ר' עזריאל איז געזאגט געווארן אוי לזקנתנו שביישה את ילדותינו .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2007 15:03 לינק ישיר 

ווי עס קוקט אויס קומט יעצט עטליכע שווערע וואכן און מאנאטן. די רז"ל פארטיי וועט זיכער נישט ריען, זעענדיג אז די KJ באן נעמט איין ד גאנצע וועלט, קודם מיט די מהודר'דיגע עופות, נאכדעם מיט מהודרדיגע ווייץ, און איצט מיט די מהודר'דיגע שחיטה פאר גסות, מיט א גענצליך איבערהאול אויף ניקור, מליחה, שחיטה, בדיקת סכינים, שחיטה מונחת, ועוד, אויף וואס מהדרים בכשרות קוקן שוין לאנג ארויף.

האבען נישט די זאליס אויף הייד פארק באשלאסען אז די אריזאנא ווייץ איז א אויסגעשפילטע מערכה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2007 18:01 לינק ישיר 

ב"ה אז מען האלט שוין דא אז די נייע מהודרדיגע שחיטה ווערט שוין א פאקט לשמחת כל המדקדקים בכשרות ולשמחת כל בית ישראל . מען זעהט טאקע אז יעדע דבר טוב ווערט געשטערט דורך מסיתים ומדיחים ווואס דאס גאנצע יודישקייט גייט זיי אהן אין די לינקע פאה כידוע.

אבער מען דארף האבען מסירת נפש ממש דאס דורכצופירן. דאס וועט זיין א געוואלדיגע טובה פאר רבינו בעל ברך משה זי"ע בעלמא דאתי. און אויך וועט דאס זיין דער גרעסטער פיוס און דאס גרעסטע נחת רוח פאר הגה"צ מקאשוי זי"ע.  .

ווייל דעס אז מען קען נישט עסען קיין בהמה פלייש לשיטת קאשוי ולשיטת המחמירים. והמהדרין בכשרות. איז דאך א געוואלדיגער חורבן. ווייל חוץ דעם וואס די חז"ל זאגען(ירושלמי סוף פא חגיגה)  כשם שאסור להתיר את המותר כך אסור לאסור את המותר . איז עס דאך א בפירושער איסור מדברי חז"ל הקדושים .

און חוץ דעם ווייס דאך יעדער דעם טו"ז אין הלכות שופר אז א זאך וואס שטייט בפירוש אין די תורה להיתר קענען די חכמים נישט אסערן.  און די תורה זאגט דאך בפירוש "בכל אוות נפשך תאכל בשר" וואס דאס מיינט נאר בשר בהמה. ווייל "הצפור לא בתר"  עוף פלייש איז דאך נישט קיין פלייש.(בדרך צחות . אבל הדבר אמת שבשר עוף לא נקרא בשר)  

און חוץ דעם וואס עפ"י האר"י הקדוש זי"ע איז דא א ענין אפילו פאר פשוטע מענטשען פון העלאת הניצוצין פון די בהמות רח"ו זי"ע שרייבט . עתיד אדם ליתן הדין על שראה מאכל ולא אכלו ע"כ.   וואס כידוע דאס ווארט פון היייליגען בעש"ט הקדוש זי"ע רעבים גם צמאים נפשם בהם תתעטף אז די מדריגת "חי" דאס איז א בהמה דארף ווערן א מדבר אריינגיין אין מענטש וואס ער איז א מדבר .


חוץ דעם איז דאך באקאנט פון די תלמידי הבעש"ט הקדוש זי"ע בפרט פון הייליגען רבי רב פנחס קאריצער זי"ע (וואס ער איז פון די דרי עדות אז חנוכה ווערט נתגלה דער אור הגנוז(די אנדערע צוויי עדות זענען דער בעל הרוקח. און דער מהר"ל מפראג. פון וועם עס שטאמט די סאטמארע שיטה כידוע) אז טאמער עסט מען נישט א מאכל וואס ער דארף עסן. ווערט ער ל"ע קראנק ווייל די ניצוצי המאכל זענען ח"ו מקטרג אויף עהם רח"ל.

און דאס וועט זיין א געוואלדיגע נחת רוח פארן מרן הגה"צ מקאשוי זי"ע אז מען האט ב"ה ענדליך געמאכט א תיקון גדול וואס כמוה לא נהייתה אז הוחזר עטרה ליושנה. מען וועט קענען רוהיג עסן א שטיקעל כשר פלייש נישט "ממליחה ואילך"

(להוי ידוע אז דאס וואס איך שרייב אז עס וועט זיין א נחת רוח פאר מרן הגה"צ מקאשוי זי"ע דאס איז ברור ואמת. און איך מיין נישט דא די העצערס אין קאשוי וואס מיינען נאר סתם פאליטיק און רשעות אזוי וויא דער ברך משה זי"ע האט דאס מרמז געווען אויף א שארפן אופן אין זיין דרשה חוה"מ סוכות תשמ"ג אין קאנטינענטאל זאל אין וויליאמסבורג )

די גמרא זאגט(ברכות ח)  גדול הנהנה מיגיעו יותר מירא שמים . זאגט דער הייליגער בני יששכר אז איינער וואס איז א ירא שמים האלט זיך צוריק פון א איסור למשל פון עסן מפוקפוקדיקע פלייש (עס איז ידוע מפי רבינו האר"י ז"ל אז דער דער הייליגער יוחנן כהן גדול (וואס איז געווען דער טאטע פון מתתיהו בן יויחנן כהן גדול ווואס ער האט געמאכט דעם נס חנוכה) איז געווארן נאך 80 יאר א צדוקי ווייל ער האט איינמאל געגעסען פלייש וואס האט געהאט שאלות)

ממילא אשרינו מה טוב חלקנו ומה נעים גורלנו .
עס שטייט אין די תורה ביי נזיר(במדבר ו פסוק יא) מאשר חטא על נפש . וואס האט דער נזיר געזינדיגט? זאגט די הייליגע גמרא(נדרים י)  אשר ציער עצמו מן היין!!! ער האט זיך צוריקגעהאלטן פון וויין.
די צרה און דער חטא איז אז מען מוז זיך צוריקהאלטן פון פלייש. אבל ב"ה זכה לו שעשה תיקון גדול מאוד.  אבער דאס דארף דורכגעפירט ווערן במסירת נפש ממש לכל הדעות

דא בין איך מצרף א שטיקעל וואס איך האב געשריבען נישט לאנג צוריק וועגען די נייע תקנות אשר אנו מקווים

טאמער דאס וועט אמאל ווערן בכלל. איז דער עיקר אז עס זאל טאקע זיין בתכלית הכשרות 

קודם כל זאל יעדער קענען אריין גיין קוקען אויב אלעס איז על צד היותר טוב. נישט אזוי וויא ביי די וויליאמסבורג מקוה (לדברי נחום)

2 עס זאל זיין א שחיטה מונחת. מען זאל זיך נישט דארפן פארלאזן אויף קולות (עיין תשו' שבט הלוי אודות שחיטת מיעל מארט)

3 מען זאל שניידען די בהמה גלייך דארט אין טעקסעס פאר צלע י"ב אזוי וויא מען האט געטון ביי אלע יודען מדקדקים במצוות אז עס זאל נישט פארקומען קיין מכשול ח"ו

4 מען זאל נישט נוצען טענדערליין וכדומה וואס איז זייער שווער צו מאכען ניקור.

5  די ניקור זאל זיין ניקור חם ווייל עס איז א סאך גרינגער

6 מען זאל טאקע מאכן "חלק לגמרי" דהיינו חלק בית יוסף אז אפילו ספרדים זאלען עס קענען עסן. . ווייל דער שלה"ק ועוד האלטן להלכה אז חאטשיק דער רמ"א איז מיקל אבער אזוי וויא לויטן מחבר אין שו"ע איז דאס טריפה מדאורייתא מדינא דגמרא. דארפן אידען ובפרט חסידים מדקדק זיין צו עסן א זאך וואס איז כשר לכל הדעות מיט א רוהיגן געוויסן. נישט אז מען זאל קומען צו א שמחה און דער אדער יענער זאלן שרייען איך עס נישט וכדומה.

7 טאמער מען שחט קעלבלעך זאל מען ח"ו נישט נוצען די ווייסע קעלבלעך וואס מען נוצט היינט אפילו די וואס האבען דעם הכשר פון רח"ד כ"ץ ווייל דאס אלעס איז נאר בדיעבד . עס איז נישט כשרער וויא די שטאפ גענז וואס חסידים האבען אינדערהיים נישט געגעסען.

8 טאמער מען שעחט לעמער  . זאל מען נישט שחטן מיט א שביל נאר מען זאל אפשערען די וואל פאר די שחיטה עס זאל נישט זיין קיין חשש חלדה וואס דאס איז נבילה דאורייתא

9 מען זאל אויסזאלצען דאס פלייש און בראטן די לעבער גלייך אין די ערשטע דריי מעת לעת . נישט פארלאזן זיך אויף ווייקן אין וואסער וואס דער מחבר איז נאר מתיר בדיעבד.

10  דער מנקר זאל האבען א קבלה אויף ניקור.

11 מען זאל גוט אפוואשען די דופני הבהמה מיט וואסער עס זאל נישט זיין קיין דם בעין ווייל שיטת הרא"ה און יש אומרים שבמרדכי מובא בפמ"ג אז קען מען נישט אויסזאלצן טאמער מען זעהט נאך דם בעין.

ועל כולם אז איינער וועט נאך אלץ נישט וועלן עסן בהמה פלייש מטעם חשש חלב.

קען ער עסן חיה פלייש פון הערשן וואס ביי חיה איז נישט דא דער איסור פון חלב. און ער קען אפילו עסן די פעטע פלייש פון חלק אחוריים וואס אונדז בני אשכנז נוצען דאס נישט ביי בהמות . אבער ביי הערשן מעג מען עסן דאס חלב אליין אויך.

נאר דער וואס וויל עסן די פלייש פון חלק אחוריים ביי הערשן דארף האבען א מנקר וואס קען אויספוצען דעם גיד הנשה .וואס איז אסור מדאורייתא און דעם שומן הגיד וואס ישראל קדושים פורשים ממנו.

הערשן פלייש ווערט געשאחטן אין טשעסטער אפסטעיט ניו יארק  אבער זיי האבען נישט קיין היימישע שוחטים . אבער דא וועט דאך זיין מחשובי השוחטים בעולם כגון החסיד רבי נח גפן נ"י ועוד.  

ויאכלו ענוים וישבעו.


 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/12/2007 18:10 לינק ישיר 

איך האב נישט אויסגעפירט דעם בני יששכרס ווארט (וואס ער איז געווען פון דעם בי"ד פון די חשמונאים ביי די מעשה פון חנוכה כידוע מרבינו הקדוש מלובלין זי"ע)

גדול הנהנה מיגיעו יותר מירא שמים.   אז איינער איז מחמיר ער עסט נישט ער איז א ירא שמים איז גוט .
 
אבער אז איינער פלאגט זיך און מאכט אז מען זאל יא קענען עסן בהיתר איז ער א סאך גרעסער וויא דער ירא שמים וואס האט מחמיר געווען און האט דאס געאסערט.

אזוי זאגט דער הייליגער בני יששכר  ער איז זיך מסתמך אויף א של"ה הקדוש .
און דאס וועט יעצט ב"ה מקויים ווערען .
בכלל דער ענין פון להתיר את המותר איז א התקרבות הגאולה. אזוי וויא עס שטייט אין די הקדמה פונעם הייליגען מהרש"ם ער ברענגט אז ער האט געהערט מפי קדשו פונעם רב שר שלום דער בעלזער רב זי"ע . אז במשך הדורות איז צוזאמעגעזאמעלט געווארן חומרות ע"ג חומרות 
און בזכות וואס מען שטעלט צוריק להתיר את המותר לישראל וועט מען מתיר זיין (אויפבינדען) די יודישע קינדער פון זייער גלות קייטן סיי די וואס זענען יעצט אין די תפיסות רח"ל און אויך דעם גאנצען כלל ישראל בכלליות במהרה ובא לציון גואל.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/12/2007 20:05 לינק ישיר 

Rabbiny Shlite (Mharz"l) had a meeting with the Kashow'er ruv from Monsey, and the Kashow'er ruv said that his holy father is for sure against R' Aron's plans, because, this is not the way how to do Nikur at all.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/12/2007 20:14 לינק ישיר 

יישר כח! יישר כח! רמקול

איך האב פאר א מינוט עובר געווען אויף "המהרהר אחרי רבו" רח"ל

אבער ב"ה דער רבי גייט אויף זיכערע טריט, ווען מען זעט אז ער איז ווייטער קעגן אים

אזוי ווי ער איז אלס געווען קעגן סאטמארע רבי'ס שוין 3 דורות צום גיטן.

נאכאמאל, רמקול נחמתני!







דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/12/2007 20:25 לינק ישיר 

עבד

עס וועט לכאורה נישט זיין נומער 6
דער רבי האט עס קלאר ארויסגעברענגט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/12/2007 20:27 לינק ישיר 

עבד איך וויס נישט צי דער רבי זאל זיין געזונט האט אפילו איין חסיד וואס זאל מהדר זיין צו עסן נאר גלאט גלאט




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/12/2007 20:54 לינק ישיר 

איך האלט אז פאר די הצלחה פון דער זאך זאל מען אויפנעמען עבדעברי אדער נחום (איינער פון די צוויי...) אלץ משגיח



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2007 21:16 לינק ישיר 

ערליכעאיד כתב:
איך האלט אז פאר די הצלחה פון דער זאך זאל מען אויפנעמען עבדעברי אדער נחום (איינער פון די צוויי...) אלץ משגיח


האסט מיר געמאכט אויספלאצען...

_________________

הכל שריר וקיים




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-3/12/2007 21:20 לינק ישיר 

זייטס נישט קיין נערנים, דער בית השחיטה וועט מצליח זיין, און זיי וועלן אונז גלייך נאכמאכן, און מען וועט נוצען די אלטע שחיטה פאר די פוילישע גוים,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/12/2007 21:41 לינק ישיר 

בדרך אגב בשעת די חלב פרשה אין תשמ"ג האט דער ברך משה זי"ע  געקענט באשטיין מתקן צו זיין על צד היותר טוב דעם ניקור אז אפילו די מחמירים זאלן קענען עסן איך האב  אליין געהערט להבחל"ח מפי קדשו אין די ענייני ניקור וואס ער האט געקענט באשטיין נאכצוגעבען ואכמ"ל.
 
נאר רבי א ק מיט זיין ידיד מ פ האבען בשו"א נישט געלאזט.  זיי האבען געשריגען קולות אז סאטמאר בלוט איז נישט קיין וואסער. און סאטמאר טאר זיך נישט לאזן פארשעמען.  (נישט ווייל דער ברך משה זי"ע האט געהאלטן אז דער ניקור טויג נישט נאר ער האט געקענט באשטיין נאכצוגעבען פאר די מערערים ואכמ"ל)

(איך ווייס נישט!!  עס קען זעהן אז ר' א ק האט טאקע געשוינט דעם כבוד פון סאטמאר . ער איז דאך א ת"ח און א בעל צדקה)

און חוץ דעם לדעתי שרייבט דער שרייבער "סעדער" זייער גוט. ווייל דער קאשויער רב שליט"א פון מאנסי לדעתי ווייס בכלל נישט די ענייני ניקור און ער האט עס קיינמאל זיך נישט אויסגעלערנט און א וודאי האט ער נישט א קבלה דערויף.

און יעצט אחי ורעי אהובי עליון .
 
די חברה שרייבערס דא פון רז"ל פארטיי סטראשען מיך אין אישי געפערליך. חאטש זיי ווייסן ב"ה נישט ווער איך בין. .
קודם האבען זיי פארפירט געפערליך איך זאל מער נישט שרייבן פון רבה"ק מסאטמאר בעל דברי יואל זי"ע . ווייל דער רבי זי"ע איז דאך זייער אייגענטום . זיי שטעלען עהם צו לויט זייער גוסטע און זייער געברויך.
אמאל מאכען זיי עהם פאר א קאשויער אמאל פאר א נטורי קרתא . אמאל פאר סתם א צעווילדעטערטער. . היינט ווילן זיי עהם צושטעלען פארקערט אז ער האט נישט געלאזט מאכען קיין תיקונים נאר ער דוקא געוואלט שוינען זיין כבוד

האב איך זיי קודם מהיות טוב צוגעזאגט ..אז איך וועל מער נישט אריינמישען דעם רבין בעל דברי יואל זי"ע אין די עניינים פונעם עירוב אדער אנדערע פאליטיקס און מחלוקת.

וועגען דעם האבען זיי מסכים געווען אז דעם רבין דעם ברך משה מעג מען מאכען ללעג ולקלס ח"ו און אלע היינטיגע רעביס ביחד אפילו זייער אייגענעם רבין וד"ל.

אבער יעצט שרייען זיי געוואלד אז איך מאך קאלט די פרישע יונגעלייט און איך ווארף אריין ספיקות אין זיי . און דאס איז נישט איינער אליין וואס סטראשעט...  נאר דאס איז א גאנצע כאר "א קווייער" (זיי דארפן גיין זינגען "מעוז צור"    ערגעץ אזוי וויא א קווייער. עס וועט האבען אזא פנים וויא די קעצלעך וואס קוויטשען ביינאכט . א קאצען מוזיק)

זיי ווארענען מיט אלעם וואס זיי קענען. און חאטשיג איך האלט אז מען דארף גיין מיט מסירת נפש לגלות פני הלוט . און איינמאל פאר אלעמאל אויפדעקען זייער פרצוף אז זיי מיינען בכלל נישט קיין כבוד שמים און קיין טובת ישראל .
 
דאך זעה איך אז אין אדם יכול לדון עם מי שלכאורה תקיף ממנו.  מען זעהט למשל אז ביי דעם פרעסטראק זענען זיי גרייט מיטן ערגסטען עהם אויסצורייסען . און זיי זענען פון די תתקע"ד דורות שקומטו בלא עת והן הן עזי פנים שבכל דור ודור (מס' חגיגה י"ד בראש העמוד) .

דאס זענען די זעלבע אינשי דלא מעלי וואס האבען געצאפט די בלוט פונעם ברך משה זי"ע אלע יארן. ועוד ידם נטוי.       ממילא וויל איך ביז דערווייל נישט שרייבען ווייטער בכלל און בפרט  אין די סאטמארע פורומים

 נאר עטליכע ידיעות אין די פורומים בחצרות החסידים און בחצרות חסידים . ענייני ידיעות פון תלמידי רבותינו הקדושים תלמידי מרן אור שבעת הימים הבעש"ט הקדוש זי"ע (חאטשיג זיי האלטן באמת פון די תלמידי הבעש"ט אויך נישט בכלל.   און פון גאנצען חסידות בפרט)
עד ישקיף השם ממרום ויגאלינו גאולת עולמים ויתגלה האמת והצדק.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/12/2007 02:45 לינק ישיר 

עבד, איך זעה נישט קיין שום סיבה פארוואס די דארפסט דיך דערשרעקן.
בכלל, איז ליבערשט צי ווארטן איך יפול דבר. ס'איז אסאך וואס צו רעדן דערפון, אבער דער קאמף גייט זיך ערשט יעצט אנהייבן אויסשפילן, און מיר וועלן דארפן האבן א קאפיטשקע געדולד.

אבער שרעק, מאן דשמיה מכר?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/12/2007 02:57 לינק ישיר 

עבד
אז זיי קענען דיך שטיל מאכען וואס קען מען בלעימען ריבה"ק
איז נישט א ווינדער אז ער האט געמיזט מוסר מודעה זיין פאר די צוויי עדים וועגען די אנשי רשע וואס דרייען זיך אין שטיב נישט מפרסם זיין בחייו נאר לאמו"ש

(ר עבד האסטי שוין געהערט די טעיפ פין גאלד מחשובי השטיעב מענטשען)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ר' עזריאל גליק: מיר וועלן נישט לאזן מיעל מארט טוישן סדר השחיטה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext