|
|
| נשלח ב-4/12/2007 03:04 |
|
| |
עבד
אז זיי קענען דיך שטיל מאכען וואס קען מען בלעימען ריבה"ק
איז נישט א ווינדער אז ער האט געמיזט מוסר מודעה זיין פאר די צוויי עדים וועגען די אנשי רשע וואס דרייען זיך אין שטיב נישט מפרסם זיין בחייו נאר לאמו"ש
(ר עבד האסטי שוין געהערט די טעיפ פין גאלד מחשובי השטיעב מענטשען)
ווער ס'פארשטייט די תגובה באקומט א קוואדער....
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2007 03:32 |
|
| |
טאראראם
איך ברענג ארויס די זאליס רשעות אין געמיינקייט וויאזוי זיי דערשטיקען דאס אמת
איך האב דיר איינגעשפאהרט א קוואדער
טאמער די פארשטייסט נאך אלץ נישט וועט דיך עס קאסטען אסאך מער
(אויסער אז די האסט מעדיקעיד אדער א אנדערע מעדיקעל אינשורענס)
|
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2007 03:43 |
|
| |
יותר ממה שכתבת י לכם כאן ברמז.. כתבו אלי באישי . כמה ניקים מחברה של אנשי רז"ל . וכמה ניקים חדשים.
אחד מתחיל כזה
| דברים שאי אפשר לומר ברבים |
|
א"כ הסופר החשוב, תלמוד חכם ומופלג, תחת שם עבד עברי מ"ג נ"י.
איך שפיר אז איך מוז זיך אויסגעבן מיט דיר אין אישית דער ענין. איך שפיר אז דאס טאר נישט אויסגעשמועסט ווערן אויף א פובליק פורום.וכו' . דא ווייטער שרייבט ער זייער שארף בנוסח סאטמאר הישן וואס איך וויל נישט ברענגן דא אין פובליק דברים אשר באמת אין לומר ברבים ודו"ק.
ווייטער א צווייטער שרייבט
לכבוד החכם החשוב בקי נפלא עבד
געוואלד!!!! דו פינסטערער אהרוני . זיי מגלה דיין אמתן פרצוף. דו צוברעכסט סאטמאר אויף אזא אופן וואס קיינער האט עס נאך נישט געטאהן. ביסט נישט קיין בעל אחריות וכו' אויך נאכדעם זייער מיסע לשונות פון סטראשען וכדומה.
ועוד. ועוד.
און איך עבד עברי זאג אויף די חברה.
.אז דאס איז פונקט וויא עס איז געווען אין די צייטן פון "סטאלין" ימ"ש . וואס האט געהארגעט מילליאנען מענטשען אהן קיין שום רחמנות א סאך מער וויא היטלער ימ"ש .
און מענטשען וואס מען האט אליין אומגעברענגט זייער נאענטע משפחה ל"ע און אפילו זייערע בחורים און קינדער.
דאך זענען זיי געווען אזוי פארטענפט און פארנארט. אז טאמער זיי האבען געהערט איינער רעד אויף "סטאלין" הרשע האבען זיי עהם ממש געוואלט הארגענען... זיי האבען געשריגען געוואלד!!! דו רעדסט דאך אויפן פאטער. דער געטרייער פאטער סטאלין. . איי די משוגענער אקס נאר . סטאלין איז דיר דען געטריי עס איז דאך שקר וכזב
ניין מען האט זיי נישט געקענט אויסהאקן זייער בלאקעטש פון קאפ.
טאמער מען זאגט פאר א עכטן סאטמארען . פארוואס שרייסטו נאך מענטשען מיט א שנאה עמוקה? יענע מענטשען האבען דען דיר עפעס געטון? שרייט ער נאך מער וויא א צודרייטער משוגענער.
און טאמער מען פרעגט א עכטן סאטמארען פארוואס מעקסטו אויס אין אלע ספרים אין קאלוב אדער ערגעץ אנדערש די נעמען פון ליובאוויטשער אדער הרב אלישיב אדער רבי מנשה קליין וכדומה. עס איז דאך הקדש געלט . עס איז דען דיינס. גנב דו! ליידאק! אויסוואורף.
ענטפערט ער דיר. אנדערע חסידים זענען א סאך ערגער. און טאמער מען ווייזט עהם אויף אז עס איז שקר וכזב.
גיי אריין אין קלויזענבורג. אדער אפילו אין ספרייה אגודת חסידי חב"ד וועסטו זעהן אלע פאשקווילען מיט אלע קונטרסים וואס סאטמאר האט ארויסגעגעבען קעגען ליובאוויטש. און דו וועסט נישט זעהן גארנישט געמעקט און געפליקט. איך רעד שוין נישט וואס דער ויואל משה מיטן עה"ג ליגען דארטן געהעריג בכבוד.
נאך מער אפילו אין מוסד הרב קוק . אין יוניווערסיטעט קענסטו זעהן נישט נאר אלע ספרי דבי רב פון רבין זי"ע נאר אפילו להבדיל פון הרב קאפח סיי הרב יחייא סיי הרב יוסף קאפח. אפילו די קונטרסים פון די נטורי קרתא.
אפילו מען וועט פאר די סאטמארע דאס אויפווייזן . וועלן זיי נישט ווילען הערן
די קאר סערוויס חברה וואס זענען ארויסגעקומען פון רוסלאנד דערציילן אז בשעת די פינסטערע יארן פון סטאלין האט מען זיי איינגערעדט אז אין אמעריקא איז א סאך ערגער מען הארגעט אין אמעריקא מענטשען רעכטס און לינקס און זיי האבען טאקע געגלייבט באמונה אז עס איז אזוי.
איך זאג נאכאמאל. איך גלייך נישט צו ח"ו!!! להבדיל אלף אלפי הבדלות בין טומאה לטהרה . בין גן עדן לגיהנם בין ישראל לעמים.
אבער עס איז להבדיל ענדליך צו די איינרעדענישן.
הערטס אויפן טעיפ וויא רבי בנימין הערש נ"י שרייט וואס ווילט עטץ פונעם רבין דעם ברך משה . צו וואס צאפט מען עהם דאס בלוט? די קנאים האבען דאך עהם אויפגעגעסען. קומט מען מאכען ליצנות בפני מיטתו אז ער איז געווען א גוטער פריינט פאר ברך משה. וואס וויל מען מאכען דעם עולם טאקע פאר בהמות... איז דאך קרית יואל סאטמארער רבי גערעכט אז ער מוז מאכען א נייע שחיטה פאר די נייע בהמות.
עטץ ווייסט אז דער קראלער רב הגה"צ רבי שמואל גרויס הי"ד ז"ל וואס וועגען עהם און דורך עהם האט דער רבי זי"ע געמאכט די גאנצע מחלוקה אין קראלי האט געהאט זייער א חשובן ברודער הגה"צ רבי זלמן לייב גרויס הי"ד דיין אין סיגעט . . ער איז געווען דער מורה דרך און דער מלמד פון רבין דעם ברך משה זי"ע.. ער דער דיין ז"ל האט נישט געהאלטן פונעם רבינס שיטה בענין די מדינה קיין כי הוא זה נישט. . וועגען דעם האט דער רבי בעל דברי יואל זי"ע אמאל אמאל געלאזט הערן די דיבורים "די בערבעשטע ציונים" אויף די ברודער פונעם קראלער רב ז"ל.
נו! נאך דעם אלעם איז נאך גאנץ שיין אז דער רבי דער ברך משה האט זיך אזוי שיין אהערגעשטעלט אנפירן מיט די עדה חסידי סאטמאר. נו!! פארוואס האבען זיי עהם אזויפיל געצאפט זיין בלוט. און סוף כל סוף אלע חיצים ובליסטראות איז געגאנגן קעגען דעם עלצטען זון וואס ער איז געווען דער בריח התיכון פונעם פאטער.
מען קען זיך אראפלערנען א מוסר השכל.. אלע יארן איז דער קלויזענבטרגער געווען א ריכטיגער גלח. היינט הערט מען שוין עס בלאזן אנדערע ווינטען .
ווילאנג מען האט איינגערעדט די גאס אז יענע צד גייט לערכאות האט מען געשריגען . געוואלד!! ערכאות!! ווען אבער מען גייט אליין לערכאות . מאכט מען זיך טעמיש .
ווען מען איז געפארן קיין בארא פארק וועגען אייגען אינטערעס על כבודי לא מחיתם על כבוד עצמכם מחיתם האט מען געצוימט די שקצים אז זיי זאלען נישט נאכשרייען די טראגערס.
די וואך האט מען געפענט די פיסקעס פון די הינטלעך און זיי געגעבען רשות צו בילן על כל עובר ושב.
די מיסע ווערטער מיט וואס זיי סטראשען מיך אליינס. נאך א מזל זיי קענען גארנישט טוען .. ווען נישט זענען זיי חשוד אויף שפיכות דמים כבני עשיו רח"ל . פארגעסט נישט. דעמאלס ווען עס איז געווען די רדיפות אין קרית יואל איז נאך נישט געווען קיין היידפארק . וואס יעדער קען ארויסגעבען זיין ווייגעשריי אהן דעם וואס מען זאל עהם קענען עפעס טון.
אבער נאכאמאל ב"ה אז קודם האבען די עופות געהאט א הערליכן תיקון. אזוי א שיינע שחיטה וואס עס איז נישט דא אין די גאנצע וועלט . און זיי די אנשי רז"ל און אפילו די קנאים וועלן דוקא מדקדק זיין צו עסן פון מפוקפוקדיגע זאכען ממליחה ואילך וואס גויים זאלצען.
און יעצט קומט די בשר בהמה . ב"ה וואס אין פרידענס צייטן איז נישט געווען.
נאכדעם וועט קומען א מקוה מהודרת כדת וכדין . וואס אלע חסידותן און ליטוואקעס בני תורה וועלען זיך קומען לערנען פון סאטמאר .. און נאכאמאל עס טוט מיר זיייער לייד . איך וויל נישט דורכטראגען די אלע סטראשעניקעס . איך וויל בל"נ מער נישט שרייבן אין די סאטמארע פורומס עד נזכה לישועת ישראל אמן
|
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2007 07:14 |
|
| |
עבד
די שרייבסט די פאלגענדע
גיי אריין אין קלויזענבורג. אדער אפילו אין ספרייה אגודת חסידי חב"ד וועסטו זעהן אלע פאשקווילען מיט אלע קונטרסים וואס סאטמאר האט ארויסגעגעבען קעגען ליובאוויטש. און דו וועסט נישט זעהן גארנישט געמעקט און געפליקט. איך רעד שוין נישט וואס דער ויואל משה מיטן עה"ג ליגען דארטן געהעריג בכבוד.
נאך מער אפילו אין מוסד הרב קוק . אין יוניווערסיטעט קענסטו זעהן נישט נאר אלע ספרי דבי רב פון רבין זי"ע נאר אפילו להבדיל פון הרב קאפח סיי הרב יחייא סיי הרב יוסף קאפח. אפילו די קונטרסים פון די נטורי קרתא.
אין הראיה דומה לנידון
ווען ספרים ווערען געהאלטען אלס א לייבערי אדער ביבלאטעק אין אמעריקע בפרט
איז דאס פאליטיש קארעקט צי האלטען אלע מיינונגען אויך קען מען טרעפען אין די לייבערי היטלערס ביך "מיין קאמפף" משא"כ אין א חסידישע ביהמד ווי מען לערענט אינז אז מען זאל נישט ליינען אנדערע השקפות קען זיך טרעפען קנאים וואס זענען מפריס על המדה
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2007 14:57 |
|
| |
ר' עבד אויף דיר איז געזאגט געווארן דער פס' (שמואל ב' א' כ''ז) אֵיךְ נָפְלוּ גִבּוֹרִים וַיֹּאבְדוּ כְּלֵי מִלְחָמה , אנשטאט די זאלסט ווייטער ממשיך זיין און לאזן הערן דעם קול פון די נארמאלע מענטשן ווערסט פלוצלינג דערשראקן פון הני כלבין דחצופין ?
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2007 18:30 |
|
| |
עבד נחום עברי,
די שרייבסט
גיי אריין אין קלויזענבורג. אדער אפילו אין ספרייה אגודת חסידי חב"ד וועסטו זעהן אלע פאשקווילען מיט אלע קונטרסים וואס סאטמאר האט ארויסגעגעבען קעגען ליובאוויטש. און דו וועסט נישט זעהן גארנישט געמעקט און געפליקט. איך רעד שוין נישט וואס דער ויואל משה מיטן עה"ג ליגען דארטן געהעריג בכבוד.
איך מוז דיר זאגען אז דיינע שקרים זענען ענדלאז,
כ'האב שוין לאנג נישט באגעגענט א שקרן ווי דיר.
די קוקסט מיר אויס פונקט ווי נחום ראזענבערג
מיט אמת
מיט חכמה
און מיט פארדרייטקייט.
מיט אמת,
עס איז זייער שווער דיך צו כאפען ביי א אמתע מעשה א מענטש זאל קענען באקען שקרים וכזבים מיט אזא ברייטקייט ממש ווי נחום.
מיט חכמה,
דיינע בהמישקייטן שיינען פון דיר ממש ווי די בהמה מנחת ס'פארט זיך צו נחום.
מיט פארדרייטקייט,
די קענסט כמעט נישט אראפ ברענעגן קיין מאמר חז"ל אהן עס אויסטייטשען פונקט קאפויער ווי עס שטייט, אדער ווי די גדולי הראשונים ואחרונים לערנען, ממש אסאך מאהל שטיי איך און איך קוק אזוי אהן דיינס א מאמר און איך פרעג ביי מיר וואס איז דער? א פינעף יעריג יונגעל? אדער אפשר סתם א צוריקגעבליבענער? דאס קען דאך אבער נישט זיין, ווייל שקרים פאקט ער ווי א ערוואקסענער, עס קען נישט זיין אנדערש ווי אזא פארקרומטער פארדרייטער ווי נחום.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2007 18:47 |
|
| |
ווערביאיך.
רעב עבד עברי האט געברענגט קאנעקעדיגע שטיקלעך, מקורות ראשונים און אחרונים.
גוט, די ביסט מחולק מיט אים, און שרייבסט אויף אים אלע שיינע לשונות...
אבער האסט נישט קיין איינציגע זאך מיט וואס די קענסט אים אפווארפן, בלויז מיט משוגענער, אקס מנוול?
עבד עברי, פון דיינע קריטיקער זעה איך אז די ביסט 1010% גערעכט. KEEP IT UP! ביטע ביטע ביטע
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2007 19:11 |
|
| |
איך געב דיר טויזענט דאללער אויב די טרעפסט א ויואל משה אדער א עה"ג
אין קלויזנבורג אדער אין ליבאוויטש.
ער איז א פאלנער שקרן!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2007 21:56 |
|
| |
נישט נאר איין ויואל משה איז דארטן דא נאר 3 און אפילו די ילקוט מאמרים אויך
קטלוג ספריית אגודת חסידי חב"ד - אהלי יוסף יצחק - ליובאוויטש
|
Top of Form 1
בחר שדה:
|
הקלד מילים לחיפוש:
ויואל משה
|
Bottom of Form 1
|
time elapsed: 0.900192975998.
נו! איז דאך דא א כלל מילתא דעבידי לגלויי לא משקרי אינשי. . אלא מאי איז ער פון סטאלינ'ס מענטשען וואס זענען נישט קיין מענטשען און קענען מכחיש זיין את השמש בצהרים.
און בכלל די ערשטע מאל וואס איך זעה אז איינער רעכנט אויס זיינע אייגענע מעלות אויפן היידפארק.
ער מיינט אז עס קומט יעצט פורים. דערווייל קומט יעצט חנוכה
זעהט אויס אז ער וועט זאגען ביי על הניסים דאס שטיקעל אויף די לינקע זייט "בימי מרדכי"
לב חכם לימינו ולב כסיל לשמאלו
זעהט אויס אז ער דאווענט נישט אין קליימער ביהמ"ד און ער ווייסט נישט וואס עס איז געשען וד"ל.
קודם זאל ער באצאלען טויזענט דאללער פארן חשובען שרייבער גוטזאגער נ"י
און אזוי וויא ער וועט נישט באצאלען זאל ער זיך אליין אונטערשרייבען זיין אונטערשריפט
ער איז א פאלנער שקרן!!!
תולה קללתו באחרים
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2007 22:49 |
|
| |
מוראדיג
האסט מיך גאפאקט
האסט עס גאטראפען און א פארמאכטע לייברערי די וועסט דאס אבער נישט טרעפען און קיין ליבאוויטשע אדער קלויזעבורגער ביהמ"ד און איך האלט זיך צו דעם און יא איך געב $1000.00 אויב די טרעפסט איינס.
דאס איז טיפיקעל מעשה נחום רז"ב גלייכסט צו א אפענע ביהמ"ד צו א פארמאכטע לייברערי וואס האט אלעס לשם האבען אלעס און נישט צום ניצען.
און דאס מיינט
א פאלנער קשרן!!!
דיינע שקרים ווערען ממש יעדען טאג בעסער און בעסער דיין באבע מעשה וועגען די קערעסטירער ביהמ"ד (ווי אזוי די האסט דאס פארציילט) ווייסען קיינער פון די קערעסטירער רבינ'ס קינדער נישט נאר נחום רז"ב אינטערעסאנט וויאזוי דיין חוש אויף פאבריקאציע ענדעלט אזוי און זיינס
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2007 22:59 |
|
| |
און בד"א דער ספריה איז נאך א שאלה צו עס געהערט פאר ליבאוויטש אדער פאר דעם יורש!
דער ספריה האט א יורש אבער דער רמ"ש האט אויפגעטוען א חידוש נפלא אז דער שווער לעבט און כל זמן ער לעבט טיילט מען נישט קיין ירושה און אזוי האבן אנגענומען די שווארצע חאלאטען
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2007 23:12 |
|
| |
ווערביןאיך
איך האלט אז עבד עברי האט דיר גוט אויפגעוויזן. יא אין די ליבוויטשער ביבליאטעק איז דא א ויואל משה.
איצט צייג איין ארט אין גאנץ סאטמאר פארקערט (נישט איך האלט אז ס'דארף זיין). אבער עבד עברי איז גערעכט מיט זיין פאינט. פארמאכט, אדער אפען. ס'איז דא צו באקומען אין ליובאוויטש.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2007 23:16 |
|
| |
דאס הייסט סאיז דא צו באקומען? און א הערמעטיש פארמאכטע שטוב? ווי אין וועלעכע ליבאוויטשע ביהמ"ד איז דאס דא? ער ווייסט אויך אז סאיז נישטא
און א ווירטואלען קאטאלאג פון א לייברערי מיינט נאך נישט אז סאיז דא
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2007 23:23 |
|
| |
איין קלייניגקייט האב איך פארגעסען איך דאווען נישט און קליימער אבער איך ווייס וואס עס איז פארגעקומען דארט
דער שטאטס מנובל נחום רז"ב און וועמען דיין ניק ענדעלט אזוי שטארק האט מען נאכאמאהל ארויסגעווארפען פון דארט ווייל וד"ל
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2007 23:31 |
|
| |
עבד'ל אפשר זאגסטו וואס איז פארגעגאנגן אין קליימער?
|
|
|
|
|