עבד געוואלדיג,
האסט מיר אראפגענומען א שטיין פון הארץ,
האסט מיר זייער פארגרונגערט מיין ארבעט.
אויף דיר קען מען זאגען
תַּחַת-עֶבֶד, כִּי יִמְלוֹךְ; וְנָבָל, כִּי יִשְׂבַּע-לָחֶם. (משלי ל פסוק כד)
ער ברענגט פון מיר אזוי
אכטונג נישט נוצען קיין שום סטראבערי
יא, איהר זעט גוט אפילו די פראזען פון קיין שום פירמע!!!.
אלעס איז ווערעמיג
יא, איהר זעט גוט אפילו די פראזען פון קיין שום פירמע!!!.
אלעס איז ווערעמדיג
אין ער ענדיגט
עד כאן השקר
היידפארק לייענער און שרייבער זייטס מוחל גייט אריין אין סיי וועלכע גראסערי אין וויליאמסבורג אדער אין בארא פארק מאנסי קרית יואל לעיקוואוד. . טאמער עטץ וועט נישט טרעפען קיין פראזען סטראבעריס. וועט ער אייך נאכאמאל געבען 1000 דאללער .ווייל דאס ערשטע מאל האט ער דאך שוין לויט זיינע שקרים באצאלט.
עבד האסט מיך אפגעוואנדען?
ער שרייבט אז דו וועסט דאס נישט טרעפען אין קיין ליובאוויטשע אדער קלויזענבורגע ביהמ"ד
וועסט גרינגער טרעפען א ויואל משה אין ליובאוויטש. וויא א שו"ת איגרות משה להגאון הגדול ר"מ פיינשטיין ז"ל.אין סיי ועלכען סאטמארען בית המדרש
וואס האט דאס א שייכות צו מ'טרעפט א אגרות משה צו נישט?
די ביזט נאך אלץ א פאלנער שקרן ווייל אין קיין ליובאוויטשע אדער קלויזענבורגע ביהמ"ד וועסטו נישט טרעפען קיין ויואל משה אפגעזען צו אין סאטמאר איז דא א אגרות משה!!
איך האב מורא אז זיין טויזענטער איז אויך פאלש און מען וועט נאך ארעסטירען דערפאר.
האסט א ברירה טרעף א ויואל משה און קלויזנבורג
ער פירט אויס זיין שקר בהאי לישנא!!!!
יא און איך האלט מיך ביי דעם נאך אלץ
און נאך שטערקער ווי פריער
און דאס מיינט
א פאלנער קשרן!!!
ער האט געעפענט א אשכול..
בושה תכסה פנינו
אז מען האט געטראפן בחורים שבת נאכמיטאג אין סאוט פאלסבורג אין א רעסטוראנט. און ער פארפירט דארט אין דעם אשכול
און ער ברענגט א פאליס רעפארט וויא עס שטייט בפירוש אז דאס איז געווען מוצאי שבת 10 אזייגער צייט.
און יעדער ווענד עהם דארטן אפ.
נאדיר דעם לינק אדרבה זאל יעדער זען
וואס דאס מיינט
א פאלנער שקרן!!!!
http://bh.hevre.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2254867
און מיט א בלעכן פנים קען נאך דער עבד שרייבן
און ער האט א בלעכן פנים ער לאכט זיך אויס און בלייבט מיט זייין אמת. דער פאליס דעפארט איז א שקרן
נאך א אשכול פארפירט ער
אז יעדער נוצט שוין נאר דעם יורא . מען נוצט שוין ניטאמאל דעם דאללער
איך מיין אז דאס האט ער געהערט פונעם בדחן רבי יענקל מיללער
אבער ער האט נישט פארשטאנען וואס ער הערט און ער פארדרייט כדי צו מאכען אלעס זאל זיין נאר אמת.
ניטאמאל ליינען קען ער נא פון ווי זאל ער קענען אפלערנען גראד א שטיקעל גמרא.
ער מאכט דעם משנת חכמים דעם חשובען שרייבער פון כל העולם כולו. פאר א ליגנער. ווייל דער יענקעל פון קערעסטירער ביהמ"ד אין קראון הייטס האט דאך ביי דעם משנת חכמים געגעסען .
און ביי עהם איז עס א באבע מעשה
עס איז א באבע מעשה ווייל ר' יענקל אליינס פארציילט נישט אזוי די מעשה
יא ס'איז א באבע מעשה
אפגעזען ווי ר' יענקל האט געגעסען, איך דינג זיך נישט ווי ער האט געגעסען איך זאג נאר אז די האסט אויסגעזויגן א מעשה פון פינגער אזוי ווי תמיד מיט אלע דיינע מעשיות
אין דא הייבט ער אהן סתם צו שימפען
זעהט אויס אז ער האט געטראפן . די זיבען פעטע קי . פון די וואכענדיגע סדרה . וואס גייט געשאחטן ווערן ביי די נייע מיעל מארט שחיטה אין טעקסאס. און אויך האט ער געטראפן די זיבען מאגערע קי וואס ער גייט שחטן ממליחה ואילך אין ערארע איללינאיס אונטער די יעצטיגע מיעל מארט.
אויך די פעטע און פולע זאנגען פון דעם חלום די וואך . מיינט ער אז דאס איז די לאנג איילענד ווייץ.
און דאס וואס די מאגערע זאנגען האבען איינגעשלינגען די פעטע זאנגען מיינט אז די נייע סאטמארע בעקערי וואס איז נאך ניי און מאגער וועט אי"ה איינשלינגען די פעטע זאנגען די אלטע אויסגעפאשטעטע בעקערי
און וואס איז וועגן די דין תורה אין בארא פארק וועגען דעם קלף?
און וואס איז וועגען גיסינגער מעשה וואס גאנץ בודק פארלאזט זיך דערויף?
און וואס וועסטו זאגען ווען אלע מעשיות אויף די בראדוועי מצה בעקערי וועט ארויפשווימען אויפן וואסער?
איין תירוץ וועסטו האבען אויף אלעם!!!!
שקר שקר שקר
א פאלנער קשרן!!!!
איך אייל מיך זייער ווייל זריזין מקדימין. איך וויל באלד גיין צינדן חנוכה ליכט בשטו"מ
וואס האט די פעטע קי מיט די מאגערע קי מיט די דין תורה מיט גיסינגער מיט בראדוועי
און דעס גראדע מיינט נישט קיין פאלנער שקרן דאס מיינט
פערדעריי כדוגמת נחום רז"ב
איך וויל נאך מוסף זיין אז א קלויזענבורגער פון וומס"ב האט געזאגט אז עס איז דא דער דברי יואל. און בכלל אלעס איז דארטען דא. .(אויסער אין ראחמסטריווקא וויא עס איז נישטא קיין פאליטיק ספרים) .
דו גלייבסט דאך נישט די קלויזענמבורגער ליגנערס . נו! וואס ווילסטו איך זאל מיך יעצט פאר חנוכה ליכט מטמא זיין און אריינגיין אין די קלויזענבורגער ביהמ"ד (תיפלא רח"ל)
הערטס וואס דא גייט פאר א קלויזנבורגער האט עם געזאגט אז עס איז דא א דברי יואל אין קלויזענבורגער ביהמ"ד
טענו בחיטים והודו לזכר קדשו
מיר רעדען פון א ויואל משה אדער עה"ג
מיר רעדען נישט פון דברי יואל
אפילו דער קלויזענבורגער האט דיר געזאגט אז דער דברי יואל איז א פאליטיק ספר (עפ"ל) זעט אויס אז אין קלויזענבורג האלט מען פאליטיק ספרים נאר ראחמסטריווקא איז ריין פון פאליטיק
אלע יארן אין מיינע יונגעל און בחורישע יארן .. פלעגען מיר דורכגיין מיט אונזער מלמד ז"ל. און מען האט דריי מאל געשפיגען. און יעדעס מאל הויעך געזאגט "שקץ תשקצנו ותעב תתעבנו כי חרם הוא" כדת וכהלכה אזוי וויא עס ווערט געפאסקענט אין הלכות "ווער בין איך" און "וויא בין איך" און אין די אלע פאלשע ראשונים
ניין נאר די ביזט א פאלנער שקרן דע מעשה איז לא היה ולא נברא אזוי ווי אלע דיינע מעשיות
און עס איז דא א יונגערמאן אין מיין שכנות וואס זיין טאטע דאווענט אין 14 הופער. און ווען מען פרעגט עהם . וויא דאווענט דיין טאטע? ענטפערט ער . ליידער דאווענט מיין טאטע אין קלויסטער אויף הופער. דער עולם לאכט און מיינט אז ער דאווענט אין קלויסטער הופער קארנער מארסי.
ענטפערט ער מיטן לשון הגמרא אין מסכת שבת וואס ווערט א סאך געברענגט אין סה"ק ויואל משה(די גמרא איז אין מסכת שבת דף קט"ז ע"א "אמר רב טרפון וכו' " און אין ויואל משה איז עס אויך דף קט"ז)
אז ענדערש זאל מען אריינגיין אינעם נוצרישען קלויסטער אויף הופער מארסי. וויא ענדערש אריינצוגיין אינעם חסידישען קלויסטער אויף הופער קענט . וד"ל.
גיי אריין אין סיי וועלכע ישיבה וויא עס איז נישטא סאטמארע בחורים וועסטו זעהן אלע ספרים אנגעהויבען פון דברי יואל אויסגעלאזט ביי הרב קאפח להבדיל.
און אין סאמאר איז די ספרים פון הגאון ר"מ פיינשטיין . איך רעד שוין נישט פון הרב עובדי' בבל יראה ובבל ימצא.
אפילו אין פלעטבוש געט הרב מילשטיין א שיעור אינעם דברי יואל.
איך האב אמאל געזעהן אויפן עראפלאן איינער פון די ריעדער ברודער די מילליאנערן . וואס זיי זענען זיכער נישט קיין סאטמארע . . וויא ער לערנט אויפן גאנצען וועג דברי יואל אויף די פרשה. האב איך עהם געפרעגט וואס איז דאס . האט ער מיר גענטפערט . אז ווען ער לערנט אויפן וועג דברי יואל. דעמאלס איז נישטא קיין טורבעלאנס. די איראפלען ווארפט זיך נישט און עס פארט רוהיג על מי מנוחות.
ראו מה בין דורות הראשונים לדורות האחרונים.
מו"ר הרב קריגער ז"ל האט געזאגט כמה פעמים נאכדעם וואס ער פלעגט זיך מתווכח זיין מיטן רבין זי"ע . אז ווען די חסידים זאלען האבען די מידות פונעם רבין זי"ע וואלט דאס געווען א שיין חסידות וד"ל.
ר' טרפון מיט אגרות משה רב עובדי' מיט רב מילשטיין מיט רב קריגער מיט די ריעדער ברידערס
קענען נישט מאכען אזא טורבעלענס ווי די קאשע וואס די האט דא צוזאם געקאכט
מיט דע אלע מעשיות קען איך רואיג אויספירען אז די ביזט
א פאלנער שקרן!!!!
אן צו דעם אלעם א פערד כדוגמת נחום רז"ב
און אויך זעמיר געוואר געווארן אז דברי יואל איז א פאליטיק ספר
נישט ח"ו אז די האלטסט אזוי (קען זיין אז יא אין וועגען דעם אויב די זעסט איינעם אריינקוקען און דעם הייליג ספר אויפן פליגער
ביזטו אזוי פארוואונדערט, אז ער קוקט פאליטיק בשטתן פליען און ער זאגט נאך אז דעס איז ביין עם א סגולה קעגען טורבאלענס),
נאר דער קלויזענבורגער זאגט אז אין ראחמסטריווקא האלט מען אזוי.