שרעקליך: 5 יעריגע פרומע אינגעלע צודריקט אויף טויט. רח"ל.
שוידעליך, שוידערליך!!!
מנחם שארבי, דער 5 יעריגער חרדישע אינגעלע וואס איז נעבעך צודריקט געווארן פון אן עלעקטראנישע צוים אין פארנט פון אן אפארטמענט בילדינג אין גבעת שאול ירושלים, איז נעבעך פריער געשטארבן פון זיינע וואונדן.
א פרוי האט געדריקט די ראמאוט קאנטראל צו עפענען די צוים, נישט באמעקענדיג אז ער שפילט זיל אויף עס. זי האט פרובירט עס נאכמאל דריקן די צוים זאל גיין אויפן פארקערטן ריכטונג, אבער דער מאשין האט נישט רעאגירט.
ער איז געאיילט געווארן צו הדסה שפיטאל אין ירושלים עין כרם, ווי מ'האט איהם דיאגניזרט אז ער האט געליטן פון שווערע אינערליכע וואונדן און איז געווען שלאַף ביז זיין טויט.
די לוי' קומט יעצט ביינאכט פאר אין ירושלים.
נעבעך נעבעך א קליין זיס אומשולדיג אידישער אינגעלע.
ולא ישמע עוד שוד ושבר.
_________________
|
|