| נשלח ב-10/12/2007 18:50 |
|
| |
קובץ אור ישראל איז מברר וועגן לערנען אין ארטסקרול!
א באמבע האט אויפגעשאסן אינעם עולם הישיבות מיטן ערשיינונג פונעם חודש טבת'דיגע אור ישראל ווי דער מדור "על הפרק" האט הרב גדלי' אבערלאנדער געווידמעט נישט מער און נישט ווייניגער אויפן נושא צו מען מעג לערנען אינעם ארטסקרול.
עס איז פאקטיש דאס ערשטע מאל וואס די צדדים ווערן קלאר ארויסגעברענגט לכאן ולכאן. עס איז שוין ערשינען צוויי יאר צוריק א קונטרס פון "בני הכוללים דוויליאמסבורג" ארויסגעגעבן דורך הרב לייבוש טייטלבוים וועגן דעם ענין, און ער האט אריינגעלייגט פילע בריוון פון רבנים לאיסור. דער קונטרס ווערט היפש ציטירט אינעם יעצטיגן אור ישראל.
פון אנהייב לייגט ער אריין די אוסרים, און דערנאך געציילטע מתירים.
דאס מערסטע אינטערסאנט איז דער לעצטער וואס איז מברר מיט א גאר גרויסע אריכות, אבער ער האלט בשיטה אז צוליב די סיבות פון זיך נישט פלאגן אויף די תורה וכו' איז עס בכלל נישט אסור נאר אדרבה פארקערט. אבער ער שפרייזט אויף גאר אן אנדערע ריכטונג ווי אנדערע, ווען ער ווייזט איבער אויף א גמרא וואס ארטסקרול האט גענצליך איגנארירט רש"י הק'ס פשט כדי נוטה צו זיין צו שיטת המתירים פון רעפארמירטע אידישקייט. ער טרעט גאר שארף ארויס קעגן זיי, און פירט אויס אז דאס אליין אז די עורכים קענען טון וואס זייער הארץ גלוסט און זיך ארומשפילן מיט די האקעלסטע ענינים איז מטיל בספק צו מען מעג נעמען דעם ספר אין די האנט אריין.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/12/2007 18:51 |
|
| |
איך האב עס נאך בכלל נישט געליינט, איך האב עס נאר געזען אויבנאויף. איך וואלט זיך געפרייט צו זען א מער גרונטליכע אנאליז.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-10/12/2007 20:01 |
|
| |
דער קנאי'שער היפאקריטישער סעקטע ווייסט שוין נישט קיין גרענעץ,
אלע גדולי ישראל האבען געשריבען חיזוק בריוון למען די גמרות,
די אויפטו פון די בלויע גמרות איז אין לשער, טויזענטער אידן פארשטיין א שיקעל גמרא וועגען דעם,
אויב איינער האט געטראפען צווישען די טויזענטער בלעטער א פעלער אדרבה זאל ער עס מפרסם זיין און יעדער זאל עס צוצייכענען ביי זיך אין די גמרא, אדער זאל ער שרייבען א ספר, ער קען געבען דעם ספר א נאמען "קלא אילן", [בין תכלת לקלא אילן],
דער ארטיקעל האט גורם געווען א סאך ביטול תורה, און דער שרייבער איז עתיד ליתן את הדין,
און פאר ארט סקראל האב איך אן עצה זאלען זיי דרוקען דעם ספר ויואל משה, פארשטייט זיך מיט געשמאקע "עיונים" וועט שוין אלעס זיין כשר.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-10/12/2007 20:25 |
|
| |
עי-טו-זי דיין צוקער איז יעצט ארויף פאר גארנישט און פאר נישט, וואסאיז? מען טאר נישט מברר זיין קיין הלכה? אזוי ווייט אז מען איז שוין עתיד ליתן את הדין אויך?
בעפאר דו ביסט מגיב נעקסטיים מאך זיכער אז דיין תגובה איז אין פלאץ, אז דו זוכסט סתם צו שעלטן עפן אויף א באזונדערע אשכול.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/12/2007 20:50 |
|
| |
דו פארשטייסט א ודאי נישט די חשיבות פון די לומדי גמרא, פון צענדליגע טויזענטער בלעטער, יא דאס איז א ריכטיגער "שומו שמים" [א אויסדריק וואס עטץ האטס אזוי ליעב צו נוצען], און ווער עס איז גורם אריין צוווארפען א "ניקוף הלב" איז זיכער עתיד ליתן את הדין,
די ביסט מן הסתם א רבי'ש אייניקל [אהלי צדיקים] וואס אנדערע זאכען זיינען ביי דיר א סאך חשוב'ער, [כענין א צאנצער גוי וכו'],
אויך האבען די מיוחסים מיט די קנאים-היפאקריטן א שותפות'דיקע אינטערעס, אז דער עולם זאל זיין עם-הארצים אזוי איז בעסער פאר זייער ביזנעס,
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-10/12/2007 21:04 |
|
| |
שוין אן אלטער שמועס דא און דא
און aaatozzz, אז מ'רעדט שוין פון היפאקריטן ביטע ערקלער מיר דעם שייכות צווישן ארטסקרול און ויואל משה, כ'פארשטיי עס שווערליך.
תוקן על ידי קאמענטאטאר ב- 10/12/2007 21:29:16
|
|
|
|
| נשלח ב-10/12/2007 21:14 |
|
| |
א ביז ת,
עס מוז נישט זיין אז עס איז אזוי שלעכט דער מאמר ווי חברינו אהליצדיקים לייגט עס דא אראפ. און קען זיין אז עס זענען טאקע דא ענינים וואס מען קען האבן אויף זיי טענות.
האסט שוין געזען דעם אור ישראל?
(הסכמות מיינט נישט קיין סאך היינטיגע צייטן. זאג מיר ווער פון די אלע מסכימים האבן בכלל געלערנט דערין. רוב מאל מיינט א הסכמה בלויז צו זאגן אז עס איז א דבר טוב איבערצוטייטשן די גמרא)
|
|
|
|
| נשלח ב-10/12/2007 21:37 |
|
| |
aaotz ווען די וואלסט ווען געהאט די מינדעסטע השגה אין די עולם התורה, וואלסטו ווען געוויסט אז אור ישראל איז א ליבעראלע אויסגאבע,דער עורך איז א חבד'ניק. אפשר איז אהלי צדיקים גערעכט, צוקער קען שפילען א ראלע...
|
|
|
|
| נשלח ב-10/12/2007 21:48 |
|
| |
יא ביסט גערעכט מען דארף זיין היפש ליבעראל אריין צו לייגען אזעלעכע עקסטרעם קנאי'שע ארטיקלען, קיין שום העכערע קלאס קובץ וואלט עס נישט געדרוקט,
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-10/12/2007 22:11 |
|
| |
דער אור ישראל אין די נייע אויסגאבע האט אויך אן ארטיקל ווי ער איז מסביר אז די חסידים האבען ארויס געווארפען דעם במה מדליקין פון קבלת שבת, כדי אריין צו לייגן כגוונא ווייל זיי האבען געוואלט קבלה ענדערשט ווי משניות,
תוקן על ידי aaatozzz ב- 10/12/2007 22:12:33
|
|
|
|
| נשלח ב-10/12/2007 22:26 |
|
| |
AAATOZZZ ביסט נעביך אזא בהמה אז עס לאט זיך נישט זאגין...
די ווייסט דען ווער גדליה אובערלענדער איז? ער האט מיט סאטמער נאך סאך ווייניגער ווי דיר ער איז א ליבאביבטשער ער לאכט פין אלעם (אפילו פין ליבאביטש אליין ווען עס קימט עהם גיט אויס) אין די מאכסט שוין א גאנצע פשעטעל מיט א ויואל משה (וואס קיינער פארשטייט נישט ווי עס קימט דא אראיין)
חא חא חא
תוקן על ידי - איש_מאנסי - 10/12/2007 22:28:31
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-12/12/2007 20:32 |
|
| |
he don't learn daf hyomy has vshulem he wont learn in the blue gemores in the red gemoras he dosn't understand hasiddes he dosn't kmow what they want from him so he eats hulent and gala and is a big am huretz
|
|
|
|
| נשלח ב-12/12/2007 20:47 |
|
| |
is your mind so well organized as your spelling ?, i can't get neither.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2007 03:35 |
|
| |
די "געציילטע מתירים" געפעלט מיר די מערסטע, כאילו ווי רוב מנין ובנין פון תלמידי חכמים האבן שוין מחליט געוועהן לאיסור, און ס'איז נאך דא אפאהר כורעים לבעל וואס פארשטייען נאך נישט דעם חומר המכשול....
עס ברויך זיך קלאהר פארשטיין אז רוב מנין פון כלל ישראל (וואס מיט א געפערליכע פרעכהייט נוצען זיי די בלויע גמרות טאג איין און טאג אויס) איז גאר קנאפ אינטערעסירט אין בירורי הלכה פון קנאים וואס זענען בדר"כ צו נוצען לומדות ווי א קורדום לחפור בה, און מברר זיין את אשר כבר נודע לו ברוח בטנו לאמת ואמתו ע"פ טעם כמוס ....
די אוסרים זענען אזעלכע וואס עס איז מיר בכלל א ווינדער א בעל דעת זאל זיך נעמען די מיה און זיך וויסענדיק מאכען דערפין.
תוקן על ידי jid_613 ב- 13/12/2007 3:37:19
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2007 03:43 |
|
| |
די מערסטע אינטערעסאנט איז טאקע דער לעצטע שרייבער אין אור ישראל, וואס חוץ פון שרייען "רעפארמער" טרעפט ער נישט קיין סיבה לאיסור, און ער האט נעבעך נישט קיין ברירה, ער מוז נוצען דעם לעצטען טאקטיק שייך....
כלל זה נקוט בידך. ווען טענות גייען אין דעם ריכטונג פון "רעפארמערס" "אפיקורסים" "ציונים" וכו' האלט שוין די מצב ביי כלות הנפש... ולא עלתה בידו אלא רגזנותא.
תוקן על ידי jid_613 ב- 13/12/2007 3:48:33
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2007 06:35 |
|
| |
א ביז ת
איז גראדע גאנץ גערעכט.
אים באדערט אז קנאים זענען אזוי משוגע, און לייגען אן איסור אויף לערנען די בלויע גמרות, וואס ער און רוב כלל ישראל האט אזוי ליב, ממילא זאגט ער, אז די קנאים, ווען זיי וואלטען אויך הנאה געהאט פין ארטסקרול, ווי למשל פין א ויואל משה איבערגעדריקט מיט זייערע הערות, וואלטען זיי שוין מסכים געווען צו די בלויע גמרות.
דא האט ער אבער אריין געטראפען אין די אויף געקלערטע סטאמערע חסידים, וואס האבען ליב די בלויע גמרות און אויך ויואל משה, נעמען זיי זיך צו זיינע ביינער, און שרייען, מה ענין שמיטה אצל הר סיני, היתכן?? אזא דמיון? וואס איז פשט??
אבער די אמת איז דאך יא, אז די אמת'ע סאטמערע דארפען האלטען אז די בלויע גמרות זענען אסור, אבער מה נעשה אז די סאטמערע שיטה האט געכאפט א קנאק, לא די אז רוב כלל ישראל האלט נישט מיט, נאר די סאטמערע אליינס זענען שוין אויף געקלערט, מאכען חילוקים אין עולם התוהו, איז פארוואס זאל מען טאקע מדמה זיין די ויואל משה, וואס צו דעם זענען די אויף געקלערטע אויך מסכים, צו די בלויע גמרות?? הלמאי זאל מען צורודערען די געמיטער פין די צומישטע סאטמערע האלבע קנאים?
------------------------
ולענין עיקר הדבר,
עס איז פשוט אז די אור ישראל האט דא געוואלט צוויי זאכען,
איינס, ווי נאריש די אוסרים זענען מיט'ן אסר'ן.
און מיט דעם אריין ברענגען א קלות אין אלעס וואס די קנאים האלטען.
צוויי, ברענגען פאפולאריטי צו זיין קובץ.
עס זעהט אויס ווי ביידע זענען אים געלונגען.
 |
|
|
|
|
|