בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

קובץ אור ישראל איז מברר וועגן לערנען אין ארטסקרול!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/12/2007 08:19 לינק ישיר 

ר' שלום שטוב שליט"א

איי איי איי זאגט איר גוט,

גוט געזאגט גוט געזאגט,

קיינער האלט נישט די שיטה ווייל קיינער ווייסט נישט עכט וואס די שיטה איז, אדער די שיטה איז געמאכט צו זיין פלעקסיבל, איר פאר זיך קענט טועהן וואס איר ווילט, און אויף יענעם קען מען שרייען וואס מען וויל, what a product,

אויב ר' אהרן האט געהייסען צוריק לייגן די בלויע גמרות אין 53, און ענקער עולם לערענט שוין היבש דעם דף היומי, איז ווער איז קלאר אין די שיטה? 

פון די צענדליגע טויזענטער סאטמארער אידן ווי זיינען די וואס ווייסען וואס די שיטה איז, און ריקן זיך נישט אוועק כקוצו של יו"ד פונם רבין'ס דרך?

דאס  הייסט היפאקריטיע אויפן גרעסטען פארנעם, א גרויסער עולם פילט אין הארץ אז די שיטה שטימט נישט, איז טוט מען ווי מען פארשטייט, דער פראבלעם איז אז עס ווערט א סדאנדארט אז מען טוט ביי אנדערע זאכען אויך ווי מער פארשטייט אליין, [איך זעה אז גרויסע קנאים זיצען דא אויפן [שפין וועבעכץ איטערנעט בלע"ז] טאג און נאכט],

זייער קולטור איז גורס מרה שחורה און עצבות, איז די איינציגע זאך וואס ברענגט אריין א ביסעלע שמחה און עקסייטמענט איז טועהן אן עבירה'לע, געלויבט דער אייבערשטער אז זיי טועהן די עבירה,

עס דערמאנט מיר א מעשה, ווען קאקא קאלא האט באקומען די הכשר פון די OU זאגט א אינגערמאן אוי איך דארף זוכען א נייע טריפה'נע סודע, אז קאקא קאלא האט שוין א הכשר איז עס מער נישט אינטרעסאנט,

איש מאנסי איך רעספעקט זייער דיין פסיכילאגישע אנאלאזיס,

JID 613 די ביסט די בעסט,


 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/12/2007 16:11 לינק ישיר 

זשיד613 אפשר טוסטו א טובה פארן עולם און דו סקענסט עס אריין? (איך האב עס נישט געקויפט, בלויז געזען אין געשעפט)

*

צו די אלע סאטמארע אידן וואס האבן דורכגעלערנט דעם ספר ויואל משה, און געזען אז זיין הייליגע שיטה איז באזירט אויף פעלזן פעסטע יסודות. זאלן זיי אבער וויסן אז די גאנצע שיטה מיט אלע ראיות פון ש"ס ופוסקים זענען גענצליך אפגעפרעגט, ומשקר יסודו, צוליב פיר סיבות:

1) די סאטמערע שיטה ברענגט מרה שחורה, דעריבער איז עס אפגעפרעגט.

2) רוב מנין ובנין פון כלל ישראל האט עס נישט אנגענומען, דעריבער איז עס אפגעפרעגט.

3) זייער אסאך סאטמערער חסידים זענען אויפגעקלערט, דעריבער איז עס אפגעפרעגט.

4) אין סאטמאר אליין קרוגט מען זיך צווישן זיך, דעריבער איז עס אפגעפרעגט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/12/2007 19:42 לינק ישיר 

ר' אהלי צדיקים שליט"א

פעלזער פעסטע יסודות !

קיינער האט נאך נישט פארענטפערט די אלע וואס זיינען ארויסגעקומען מיט צענדליגע קשוית און סתירות,אויפן ויואל משה, 

מעשה שהיה לעצטע וואך אין ראדני,
א סאטמארער איד האט געפרעגט א סאטמאר'ן תלמיד חכם א קשיא, דער רבי זי"ע שרייבט אין אנפאנג ויא"מ אז דער פסוק נשבעתי אתכם זאגן די חז"ל אז דאס מיינט די ג' שבועות, און אז איינער איז עובר אויף א שבועה  שטייט דאך גאר הארבע עונשים, ממיילע גייען ארויף די עונשים אויף איינער וואס איז עובר אויף די ג' שבועות,

פרעגט ער,  די עונשים שטייען ווען איינער זאגט מיט זיין מויל א שבועה,וואס מען זאגט ארויס דעם אייבערשטענס נאמען, שטייט אויף דעם אין פסוק כי לא ינקה ה' את אשר ישא שמו לשוא, אבער אויף א שבועה וואס איז נאר בדרך  משביעין אותו תהי צדיק וכו' גייט דען ארויף די עונשין?

יענער ווארט נאך אויף אן ענטפער,

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/12/2007 20:35 לינק ישיר 

איך גיי דיר נישט ענטפערן אויף דעם קשיא צוליב צוויי סיבות

1) איך האב נישט בכלל נישט געפלאנט דא צו אויסשמועסן די סאטמארער שיטה. איך קען נאכנישט גרונטליך ויואל משה דורך און אדורך. אזויפיל יא, אז דאס ביסל וואס איך האב געלערנט ווען איך האב דאס געפרעגט פון תלמידי חכמים פון אנדערע קרייזן איז אייביג געווען דער תירוץ "די גדולי ישראל האבן נישט אנגענומען דעם שיטה". (ביניהם ידידי הרב גדלי' אבערלאנדער וועלכע האט זיך אויפגעטון פאר מיר אז ער האט שוין דורכגעלערנט ויואל משה פינף מאל). דו האסט נאך דעם ספר ויואל משה נישט אנגעקוקט, ווייל ווען יא וואלסטו געהאט א קלארע תירוץ אויפן אויבנדערמאנטן קשיא.

2) די קשיות וואס דו ווארפסט פאר קומען נאך דיינע סטעיטמענטס אז די סאטמארע שיטה איז אפגעפרעגט צוליב די פיר סיבות וואס איך האב אויבן געשריבן, דעריבער זענען דיינע קשיות תירוצים, נישט קיין קשיות.

נאכמאל, איך בין דא אריינגעפאלן אומוועלנדיג אין די חדשות אנש פאביע פון זיך טענה'ן צו סאטמאר איז גערעכט צו נישט. דערווייל איז סאטמאר קיינמאל נישט געבליבן גערעכט דא אויף חדשות אנש, דעריבער וויל איך נישט זיך טענה'ן דא, ווייל איך האב מורא אז מרן הגה"ק מסאטמאר זי"ע וועט ווייטער בלייבן אויסגעשפילט אויף חדשות אנש, און ער וועט עס פשוט נישט אויסהאלטן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/12/2007 21:51 לינק ישיר 

גיב א קוק וויאזוי די זאך ארבעט:

דער ויואל משה איז ארויס, די ערשטע זאך: אן אגדה ספר, מען דארף נישט ענטפערן.

דער תירוץ האט נישט געארבעט, דער ויואל משה האט דורך די יאהרן אויפגערודערט א וועלט, אזש ביז לעיקוואוד האט ער דערגרייכט - מקומו של ר' אהרן זצ"ל, איז דא א נייער תירוץ

*קיינער האט נאך נישט פארענטפערט די אלע וואס זיינען ארויסגעקומען מיט צענדליגע קשוית און סתירות,אויפן ויואל משה*

א הוילער שקר, 1 ווער האט געפרעגט? 2. ווער האט נישט געענטפערט? 3. מען דארף דאך בכלל נישט ענטפערן ס'איז דאך נישט קיין הלכה ספר נאר אגדה

אהליצדיקים וכיוצא בך לאז דעם יונג געמאך ער רעדט פון שבילי דרקיעי ווען אפילו שבילי דמתא קען ער נישט, נישט נאר ער נאר אנדערע אויך נישט ער מיינט אז ויואל משה איז עפעס אזוי ווי ליקוטי שיחות וואס כאטש ער האט אין קיין איינס פון זיי נישט אריינגעקוקט

אודאי אויב דו a2z וכיוצא בך וועסט פרעגן קושיות אויפן ויואל משה אויף היידפארק וועט קיינער נישט ענטפערן, אויף היידפארק איז לוט אויך א צדיק והבן אבער קום אין שול אריין צווישן תלמידי חכמים לאמיר זעהן וואס דו קענסט

פון ערפאהרונג קען איך דיר זאגן אז עס איז נישטא איין קשיא אויפן ויואל משה וואס איז נישט פארענטפערט געווארן, קען זיין אז דיוקים דא און דארט בלייבן שווער וואס איז כלל נישט נוגע צום עצם ספר ווייל דער רבי איז דאך געגאנגען מענין לענין כדרכו - און איך בין אין דעם אויך נישט זיכער ווייל כלום נשאלו כל השאלות, אבער אפילו אויב יא, ווערט דאך רש"י אפגעוואנדן ווען תוספות זאגט לכן נראה לרבינו תם - ס'טייטש! א הארבע קשיא! רש"י איז אויס און ווער עס פיהרט זיך ווי רש"י *הייסט דאס היפאקריטיע אויפן גרעסטען פארנעם, א גרויסער עולם פילט אין הארץ אז רש"י שטימט נישט, איז טוט מען ווי מען פארשטייט, דער פראבלעם איז אז עס ווערט א סדאנדארט אז מען טוט ביי אנדערע זאכען אויך ווי מער פארשטייט אליין, זיין קולטור איז גורס מרה שחורה און עצבות, איז די איינציגע זאך וואס ברענגט אריין א ביסעלע שמחה און עקסייטמענט איז טועהן אן עבירה'לע, געלויבט דער אייבערשטער אז זיי טועהן די עבירה*,

עפרא לפומך

אגב, דעם נייעם ספר בלתך גואלנו האטסו אפשר געזעהן? עפעס שטייט דארט אז די שלש שבועות ווערן שוין דערמאנט אין די ראשונים, די קלויזנבורגער און די גערער זענען ברוגז היתכן די סאטמורים געבן ארויס א ספר און מען מאכט דעם ריב"ש, רשב"ש, כפתור ופרח, ריא"ז, ר' ישראל שקלאווער מיטן קאמארנער פאר סאטמערע מיטן ברענגען אז זיי האלטן די שלש שבועות להלכה גמורה, זיי זענען דאך געווען הייסע ציונים ביז היינט, איבערהויפט דער כפתור ופרח וואס האט געשריבן הונדערטער בלעטער אויף חיבת הארץ הלכות התלויות בארץ, און דער רשב"ש האלט דאך ווי דעם רמב"ן וועגן ישוב ארץ ישראל, און ר' ישראל שקלאווער איז דאך געשטאנען בראש פון די עליית תלמידי הגר"א - פון אזעלכע זאפטיגע ציונים דארוואגט איהר זיך צו מאכן סאטמערע? מיר קענען שוין ענקערע שקרים, די שלש שבועות איז גארנישט, סתם אן אגדה

אבער די הויפט קשיא איז, אז נאך דעם ספר איז דאך סאטמארער רב מער נישט אינטערעסאנט, דער גאנצער ויואל משה שטייט שוין אין די פריערדיגע, צואוואס דארף מען יעצט דעם ויואל משה?

נ"ב: וואס האט די בלויע גמרות מיטן ויואל משה?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/12/2007 22:00 לינק ישיר 

רבינו הקוה"ט ר' נבוכדנצר שליט"א,

אפשר קענסטו מיר זאגען ווי און וועלכען ביתהמ"ד און וועלעכע צייט איך קען גיין זיך מפלפל זיין אין דעם ויואל משה? ,

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/12/2007 22:20 לינק ישיר 

איך וואלט מציע געווען 
שבת פרשת ויחי אין ישיבה ספרינג וואלי מאנסי

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/12/2007 23:28 לינק ישיר 

יענער זאל פריער פארענטפערן די גאטשע בענדל ווי א שטיקל ויואל משה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/12/2007 23:31 לינק ישיר 

מי זהו ?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/12/2007 02:13 לינק ישיר 

צאנז



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/12/2007 03:22 לינק ישיר 

שלום,

דיין שנאה צו סאטמאר שרייט אזוי ארויס אז די פראבירסט עס אפילו נישט צו באהאלטן, איך גלייך די סטראגעדיע פון מאכן די בלויע גמרות מיט די שיטה איין זאך, און וויבאלד עס איז דא סאטמארע וואס לערנען אין די בלויע גמרות איז די שיטה אפגעפרעגט אפילו ביי א טייל סאטמארע! נישט שלעכט.

איך האב פאר דיר נייעס אז די לעצטע יארן איז די שיטה פון סאטמאר'ן רבי'ן זייער אויפגעפיקט, אסאך פון זיי לערנען אין די בלויע גמרות, לאמיך די פארזיכערן אז קיינער פון זיי איז נישט צומישט, אויב איינער איז צומישט איז עס די.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/12/2007 03:39 לינק ישיר 

שלום שטוב JID613
אזוי ווייניג שכל...
אין דאך אזויפיל שנאה...

איך רעד נישט פון קיין רבים בכלליות ח"ו, אבער בנוגע ענק צוויי -וואס עטס זענטס אזוי דורדגעפרעסן מיט שנאת ישראל, - האט באבובס שיטה זיכער באנקראטירט.ווייל חוץ פון שלילת מחלוקת איז כו"ע לא פליג אז  זיי האבן גארנישט מחדש געווען.
(הגם ס'איז נישט קיין חידוש)




תוקן על ידי אנאליזירער ב- 14/12/2007 4:13:59




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/12/2007 04:08 לינק ישיר 

Oh ow, please don't counter attack, special on the bobuv'er rabbi who has a lot to his credit, please don't get lost.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/12/2007 04:12 לינק ישיר 

I said לשיטתם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/12/2007 05:40 לינק ישיר 

יעצט וועל איך ווערען א באבובווער, נישט ענטפערען!!

טיפש איינער.

גייסט זאגען טול קורה מבין עיניך ווען די האסט אפילו נישט קיין קיסם.

און לענינינו.

יא ענטעפרען קשיות אויף'ן ויואל משה, אדער נישט, ווער רעדט דא וועגען ויואל משה???

פאקט איז, אז די בלויע גמרות זענען נישט אויסגעהאלטען לויט די ריין סאטמארע שיטה, זאג וואס די ווילסט, און אפה"כ לערנען אין דעם רוב כלל ישראל,


נקוט מינה מיהא חדא,
די סאטמארע שיטה האט נישט אויף געפיקט..

נבודכנאצר,

דאכט זיך אז אין די אשכול פין באטשי, ווי ער שטעלט זיך וועגען דעם מורח וודאין, ביסטו געבליבען מיט א שטיקעל אפען מויל. דארט האבען אויך אסאך געטענה'ט אז מען דארף נישט ענטפערען, ווייל דער רבינו יואל איז דאך א שטיקעל משה רבינו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > קובץ אור ישראל איז מברר וועגן לערנען אין ארטסקרול!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.