דוד אלטע זאכן איז דא אויף ביידע http://bh.hevre.co.il/forum/topic.asp?topic_id=1941657
קאורט: וועלץ מוז איבערגעבן די ביכער פאר הנהלה די ריכטערן דעמארסט האט היינט פארארדענט פאר ביידע צדדים אין די בארא פארק מוסדות קעיס אז זיי זאלן פרובירן זיך
דורכצוקומען דורך דין תורה, און געגעבן 3 חדשים צייט, און געגעבן א דעיט אויף אויגוסט צוריקצוקומען זען אויב זיי האבן זיך
אויסגעגליכן. די ריכטערן האט נישט באשטעטיגט די TRO נאכדעם וואס די וועלץ לאיערס האבן גע'טענה'ט אז ער וויל קיינעם נישט ארויסווארפן
אדער טוישן דעם סטוס–קווא. אבער די ריכטערן האט באפוילן פאר וועלץ איבערצוגעבן אלע ביכער פאר די לעגאלע הנהלה זיי זאלן קענען זען וויאזוי ער האט
געווירטשאפט אין די לעצטע 2 יאר זייט ער האט אומלעגאל אויפגענומען א נייע הנהלה. נו, איך האב דאך געוואוסט פון פאראויס אז ווידעראמאל גייען די חארונים געווינען...
|