די בלאפעריי פון די זאלונים (און וןיאזוי מ'כאפט זיי) איז נישט צום גלייבן.
שמואלי קאומפאוט האט במשך די חנוכה טעג אנגעקאלט וויליאמסבורגער רעבעלעך און "שיפע טאשן" , אז דער "רבי" האט חנוכה געלט פאר זיי... דער רבי האט מיר געהייסן איך זאל אייך אנרופן... איך קען אייך טרעפן היינט ביי הנירות אין ביהמ"ד אין איך וועל געבן ס'געלט...
און די רעבעלעך זענען געקומען.. נעמען "לא יחרץ" געלט... WOW, פאר די המצאה
צוויי אזעלכע טשעקעלעך זענען שוין בנמצא... און יא. מ'זעט אז דער צדקה קאסע פון "מפעל טוב וחסד" געט 100 דאלארדיגע טשעקלעך אויסגעשטעלט:
הרב... PAY TO THE ORDER OF
פון דא קען זיך יעדער אריינפילן וועמענס נאמען ער וויל.
די MEME אינטן זאגט
לכבוד חנוכה...
און דאס איז נישט קיין פארטיי... נאר רבי זי"ע.
נאר כבוד שמים
יעצט וועט הרב בלומענפעלד מוזן האלטן נאך א דרשה פאר אלע רעבעלעך. צו קומען קיין ראדני, און נישט דאווענען אין די בונקערס...
תוקן על ידי ארגינעלער ב- 12/12/2007 21:11:05
נשלח ב-12/12/2007 21:38
ווי אויפן טשעק שטייט אז מ'באקומט עס בשכר פאר קומען צו זלמן לייב'ס נירות?
וואס איז דיין פראף אז מ'האט געזאגט די רבנים אז זיי זאלן עס קומען אפנעמען ביי די נירות?
נשלח ב-12/12/2007 21:51
1) איצט האסטו געפרעגט א קשיא אויף א מעשה. (מערערע מעשיות...)
2) ווער איז דער הרב....
3) לכבוד חנוכה MEMO
4) איך האב 2 טשעקס. און די רעבעלעך וואס האבן עס באקומען האבן געזאגט אז מ'האט זיי געהייסן קומען צו די הנירות
_________________
נשלח ב-12/12/2007 22:02
יא, איך זעה די טשעק, איך זעה די הרב, איך זעה די MEMO לכבוד חנוכה,
אבער והעיקר, אז מ'האט געזאגט פאר די מקבלים עס צו אפנעמען ביי נירות, דאס ברויך איך דיר פשוט גלייבן אויפן ווארט, איים סארי א הייד פארק ניק איז נישט גענוג קראנט פאר מיר צו עס מקבל זיין.
נשלח ב-12/12/2007 22:05
גוטזאגער כתב:
איצט האסטו געפרעגט א קשיא אויף א מעשה. (מערערע מעשיות...)
2) ווער איז דער הרב....
3) לכבוד חנוכה MEMO
4) איך האב 2 טשעקס. און די רעבעלעך וואס האבן עס באקומען האבן געזאגט אז מ'האט זיי געהייסן קומען צו די הנירות
_________________
נישט ער האט א קשיא אויף די מעשה... די גאנצע מעשה איז אפגעפרעגט...
2 דער "הרב" קען זיין עני רב פון ווימ"ס וואס באקומט געלט פון דעם צדקה קאסע
ס'איז נאר אינטערעסאנט צו זען וועלעכע זייט איז ביזי מיט ווער עס גייט ווי... אזוי ווייט האבען די רבנים מורא פון די ארוינים אז זיי מיזען אויפקומען מיט עפעס א גוטע תירץ פארוואס זיי זענען געגאנגען אין סאטמאר...
קאמענטארען זענען איבעריג
נשלח ב-12/12/2007 22:56
גראדע ווייס איך פון א מעשה לעצטענס וואס עסקנים האבן צוזאם געשטעלן געלט פאר אן ארעמאן א זאלי וואס האט חתונה געמאכט מ'איז געגאנגן צו ביידע רבי'ס קאסעס בעטן געלט און פון אבני חסד מהר"א קאסע האט מען באקימען אבער פון טוב וחסד מהרז"ל קאסע האט מען גארנישט באקימען מיטן תוריץ אז זיי האבן נישט