| נשלח ב-17/12/2007 02:56 |
|
| |
"חתונה תקנות" פארופן בפקודת כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א (מהר"א)
וואס איז דער דעת הציבור?
תוקן על ידי מה_טובו ב- 17/12/2007 3:03:45
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2007 01:21 |
|
| |
כ'האב געזעהן די וואך אין דער בלאט אפאר אינוויטעישאנס וואס איז געשטאנען "ברכת המזון 11:00"
כה לחי
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2008 15:33 |
|
| |
אויף קול סאטמאר מעלדט מען אז ביי די דינער "יום ישיבה" נעקסטע וואך זונטאג (וואס געפאלט ניטול) וועט זיין א דעבאטע וועגן די חתונה הוצאות, ווי מ'וועט דעבאטירען דעם ענין.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/1/2008 03:30 |
|
| |
מ'קען הערן א לייוו הוק אפ פון די דעבאטע אויף קול סאטמאר
|
|
|
|
| נשלח ב-7/1/2008 03:37 |
|
| |
הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א האט יעצט געענדיגט רעדן
ער האט זייער גוט ארויסגעברענגט די זאך...
די דעבאטע הייבט זיך יעצט אן.....
|
|
|
|
| נשלח ב-7/1/2008 06:18 |
|
| |
(השר_מקוצי:)
אינטערסאנט אז קיינער רעדט נאך נישט דערפין
די וואך שבת איז געווען פארשפרייט צעטליך, אז היינט זונטאג גייט מוהר"א פארשטעלן די נייע חתונה תקנות ביי דינער פין זיין ישיבה, אויב עס וועט געלונגען פאר מוהר"א אויסציפירען זיין פלאן, איינציפירען א נייע חתונה סטאנדערט, אין פטר'ן דען יהדות החריות פינעם גזירה וואס הייסט ,סטאנדערט" וועט ער בלי שום ספק אריינגיין אין קורות הימים אלץ א העלדישער גענעראל, און לעגאנדער פירער, אין ער וועט האבן אויף זיין קרעדיט, אומצאליגע הצלפת נפשות, ביקור חולים, וכו' וכו' פין די פרט אליינס, אנדערש ווי אלע אנדערע זאכען וואס רבנים טיען אויף פאר זייער קהלה, ובתוכם וואס מוהר"א האט שוין אויפגעטיען
ביז היינט, ווי למשל ווייץ, פלייש וכדומה די אלע זאכען האט מען זיך געקענט באגיין אן דעם אויך, עס איז למעשה געווען ווייץ אין פלייש ביז היינט, אלעס איז געווען, משא"כ "חתנה מאכען" איז היינט א ענין "שאין הציבור יכולים לעמוד בו," רוב רובו פינעם ציבור ליידט דערפין, אנשטאט עס זאל זיין א זמן שמחה איז עס ליידער,,,,,,
זייער אסאך מאל שרייבט מען אויף א רבי "רבן של כל בני הגולה" אבער כמעט קיינמאל איז עס נישט אמת {אדער אפשר קיינמאל נישט} אויב אבער וועט ער אויספירען וואס ער פלאנט, אין ער וועט ברעכען די חתונה סטאנדערט, וועט מען אים בלי שום ספק קענענן געבן דעם טיטול, ווייל יעדער קלוינזבערגער, באבוב פאפע חסיד וואס וועט זיך שפארען טויזענטערס ביי אשמחה, אין די קימענדיגע יארען, וועט זיין שולדיג א הכרת הטוב פאר דעם מענטש
די נייע פלאן וואס די ארונים פלאנען היינט פארצישטעלן דארף לכאורה צי זיין א הצלה אויף דורות, פטר צי ווערען פין דעם יאך וואס מען היינט זיך אליינס ארויפגעלייגט אין מען טרעפט נישט קיין וועג ארויס, אסאך האבן שוין פראבירט צי לייזען די פראבלעם אין עס איז זיי נישט געלונגען, אויב אבער וועט עס פאר די ארנים יא געלונגען, וועט בלי שום ספק די היינטגע טאג "א' בא" קענענן אנגערופען ווערן "יום הצלה והשחורור" ווען מען איז פטור געווארען פין די שווערע גזירה וואס הייסט "סטאנדערט"
"כלל ישראל" קיט ארויס אויף די היינט נאכטיגע הצלחה
עס איז בלי שום ספק אז רוב רובם פין כלל ישראל גייט זיך צושטעלן צי די מערכה
(איציק_מיכל:)
עס וועט זיין א לייוו הוק אפ סיי אויף קול סאטמאר 718-305-6942-8-1
און סיי אויף קול מבשר 212-444-1100-8-1
הרה"ח ר' הערשל פריעדמאן און ר' יצחק גרינפעלד וועלן אנפירן די דיבאטע
איינער ווייסט מער פרטים?
(לעבעדיגער:)
עס גייט פרקומען אן אסיפה פון קהל היינט בעפאר דער דינער איבער די תקנות, ווי מ'גייט אויסארבייטן די דעטאלן פון דער תקנה,
לאמיר זיי ווינטשן פיל הצלחה, דאס יהדות החרדית ווארט שוין בכליון עניים דעראויף,
ווי איך הער וועט דאס ערשטע תקנה זיין אפצוריפן אזא מין זאך ווי "מסיבת תנאים" עס וועט מער נישט זיי די זאכן, ליינען דעם תנאים וועט מען אי"ה אדער ביים ווארט אדער ביים חתונה ביי די קבלת פנים,
עס מיינט א רעדעצירונג פון כמעט פינף טויזענט דאללער ($5000) פאר יעדען איד וואס מאכט חתונה, און ווען מ'רעכנט אריין דער "שטריימל רעוועלאציע" וואס א געוונליכע מחותן קאסט היינט א עוורידזש פון $5,200 א סעט שטריימלעך, פרעגט אייך נאך די פרייזן, און די נייע רעוועלאציע שטריימל קאסט סך הכל $1,200 מיינט דאס אז מ'שפאָרט פאר מחותנים בערך ניין טויזענט דאללער! (9,000) ביי די תנאים'ס און שטריימלעך אליין!
וויל מיר נאר זאגן פאר די "וועד לצומצים הוצאת החתונה", כה לחי!
(monroe06:)
There is much more then that invalved, It's in the intrest of everybody that this t'kunes should be once and for all
(mefikal:)
די דעבאטע הייבט זיך יעצט אן, עס זענען צוגעשטעלט לאקאלע נומערן אין אלע צענטערן. עס איז קלאר אז די נאכט וועט פארצייכנט ווערן אלס אן היסטארישער נאכט ביי גאנץ כלל ישרא'.
(השר_מקוצי:)
איבעראשונג ביי די דעבאטע!!!
איבעראשענדוגע מעלדונג ביי די דעבאטע
חתונה נאכט פאר נאר זיבן טויזענט דאלער!!!!!!!!!!!
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-7/1/2008 16:53 |
|
| |
היסטארישע דורכבראך אין די פינאציעלע לעבן פון דאס היינטיגע אידענטום!
נאך
די דרשה פון רבינו שליט"א (וואס איז אן עקסטערע אריכות) האט ר' חיים
פריעדמאן, אין נאמען פון קהל געמאלדן די ערשטע פאזע פון די תקנות,
עס זענען איינגעטיילט אין פערצן חלקים,
איך געדענק נישט אלע יעצט אויף די מינוט, צווישן די תקנות איז ווי פאלגענד,
מסיבת תנאים: אינגאנצן אפרופן דעם מסיבת תנאים, עס וועט געליינט ווערן ביי ווארט אדער ביים קבלת פנים פארן חתונה,
מתנות פאר די כלה: נאר
פיר צירונגען, דיימאנד רינגעל, נאר CZ (ס'הייסט נישט עכט) זייגער, פערל
קייטל און אויער רינגל, דערנאך איז דא נאך עטליכע מתנות ווי טיכל, סעט
מחזורים, צאינה וראינה, סידור,
מתנות פארן חתן: א זייגער, ש"ס, בעכער, מנורה,
מתנות פאר אלע אנדערע קרובים און געשוויסטער נישט ערלויבט בכלל,
די צייטן צו גיבן די מתנות זענען אויסדריקלך נאר אין די ימים טובים ווי פסח, שבעות, סכות, פורים, אא"וו,
שטריימל: נאר די רעוועלאציע, פאר $1200
שבת באווארפן: סעודה נאר אינדערהיים בלויז פאר די אייגענע משפחה, פרויען קידוש נישט ערלויבט,
שבע ברכות נאר אינדערהיים פאר גאר נאנטע משפחה מיטגלידער אן מוזיק אד"ג,
שבת שבע ברכות: פאר
קלענרע משפחות אויב מעגליך, ביי זיך אינדערהיים, גרעסערע משפחות נאר אין
די קלענערע זאלן ווי מנוחה ושמחה, שוש תשוש, עטרת פיגא, וכד' פרויען קדישים און שול-פירן זענען נישט ערלויבט,
ס'איז דא נאך וואס איך האב נישט אויסגערעכנט, איך געדענק פשוט נישט,
די אלע תקנות גייען אריין אין קראפט דעם היינטיגן ראש חודש שבט הבעל"ט, דאס הייסט פאר די אלע וואס טוען שידוכים פון דאן אין ווייטער,
ר'
חיים האט געמאלדן אז די תקנות איז מחייב אלע בני קהלתינו די בכל אתר ואתר,
עס ווערן געשטעלט קאמיטע'ן אין יעדע געגענט, אויב וועט זיין א שטארקע
התנגדות קעגן סיי וועלעכע פון די אויבערדערמאנטע תקנות וועט מען עס אי"ה
טוישן,
ווי אויבערדערמאנט איז דאס די ערשטע פאזע, אין עטליכע חדשים
פון יעצט האפט מען צו גיין מחיל אל חיל אין אריינטרעטן אונעם צווייטען
פאזע וואס וועט ענהאלטן תקנות איבער די נאכט פון די חתונה, לבושים,
פוירניטשער אד"ג,
מיר ווילן ווינשטן פאר די געטרייע ראשי קהלה וואס טוען אלעס אינטער די אנווייזונגען פון רבינו שליט"א, אז ישלח ברכה בכל מעשה ידיכם, און זיי זאלן קענען אויפטוען גדולות ונצירות ווייטער,
*
דער עולם ווערט געבעטן דא צוזאגן זיייער מיינונג איבער די תקנות,
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/1/2008 19:03 |
|
| |
די תקנות בעצם איז זייער גוט, די שאלה איז נאר צי וועט טאקע דער עולם עס אננעמען , איך רעד נישט פונעם המון עם דער דורכשניטלעכער ארבעטער וואס דאס באטרעפט בערך 75% פונעם עולם, איך רעדט פינעם מער בעלבתיש'ן איד וואס איז בערך 25 % פונעם עולם וואס ביי אים שפילט נישט קיין ראלע צי ספענדן 50 60 אלפים א חתונה צי וועט ער זיך אויך צישטעלן צי נישט, טאמער וועלן זיי זיך צי שטעלן דעמאלטס איז דאס כמעט ווי א גאראנטיע אז די תקנות וועלן זיך אויסארבעטען, אבער טאמער נישט דאן וועט דער דורכשניטלעכער ארבעטער אויך מוזן נאכמאכן אים (אלס ווייל קיינער וויל נישט הייסן קיין שנארער, אין וואס וועט מען זאגן) אין די גאנצע ארבעט פון די תקנות איז געווען ארויס געווארפן,
ע"כ זאלן וויסן אלע בעלבתיש'ע יודן אין ענק ווענד זיך די גאנצע קיום פון די תקנות אין די געזונט פון הונדערטער יודן איבער די וועלט נעמטס דאס נישט פאר לייכט עס איז נישט קיין קינדער שפיל, זאל דער עושר נישט זאגן "איך דארף נישט ליידן ווייל דער ארימאן האט א פראבלעם, זאל ער נישט נאכמאכן מיך" ווי ר' הערשל פ"מ האט דאס זייער גיט ארויס געברענגט, ווער גיט א גאראנטיע פאר דעם עושר אז ביי זיין נעקסטע קינד ווער ער נאך אלץ קענען ספענדען אין די וועלט אריין, ווער געט א גאראנטיע פאר דעם עושר אז זיינע קינדער וועלן דאס קענען באווייזן מען דארף נישט קיין באווייזן אויף דעם, איך אליינס קען מענטשען וואס זענען מיט עטליכע יאר צירוק זענען זיי געווען שיינע בעלבתישע יודן אין האבן טאקע געמאכט חתונה אויף א גרויסע אויסברענגערישע שטייגער די תנאים אליינס האט שוין באלד געקאסט טייערער ווי א נארמאלע חתונה, אין היינט ליידער זענען זיי עני ואביון מגוזלו ווען זיי מאכן יעצט חתונה שנארט מען פאר זיי צאם פון א האלבע שטאט אין איך דארף נישט זאגן די חרפות אין בושות וואס די מענטשען גייען דורך, ע"כ זאלן די עשירים וויסן אז זיי זאלן חלילה נישט עובר זיין אויף די תקנות מען קען קיינמאל נישט וויסן , אפילו מען עטליכע מיליאנען אין באנק אין אסאך ריליסטעט, ווידער אויב שטעלן זיי זיך יא צי זאלן זיי וויסן אז זכות הרבים תלוי בהם כלל ישראל וועט זיי בענטשען מיט אלע ברכות האמורות בתורה איך בין זיי שוין פשוט מקנה וואס פאר זכותים זיי וועלען זיך איינקויפן דערמיט פאר זיך אין פאר זייערע קינדער..........האטס שכל........
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2008 19:09 |
|
| |
איינער פרעגט מיר היינט די קשיא איינער האט א תירוץ?
אויב האט מ' אין ק"י נאך נישט געקענט איינגעפירט די בר מצוה תקנות וואס לויפט מען צו חתונה תקנות?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2008 20:00 |
|
| |
איציקל, מה ענין שמיטה אצל הר סיני ?
בר מצוה תקנות לחוד וחתונה תקנות לחוד, וואס האט איינס מיטן צווייטן, מ'מיז ווארטן אז אנדערע זאלן עס נאכמאכן? מ'האט געמאכט א תקנה, מ'ווייזט פאר די וועלט אז עס ארבייט הונדערט און איין פראצענט, און מ'קען שוין גיין ווייטער ארבייטן אויף חתונה תקנות,
און דער עיקר סיבה פארוואס אין קרית יואל האט מען עס נאכנישט נאכגעמאכט איז וויבאלד עס איז נישט דארט אזוי איינגעריסן געווארן דאס מאכן טייערע בר מצוה'ס א_ווי אין ווילאימסבורג, ווען הערט מען דען דארט אז איינער מאכט עפעס א טייערע בר מצוה? און ווען איינער מאכט שוין א שיינער בר מצוה אין קרן ויואל משה, ווייסט עס יעדער, משא"כ אין וויליאמסבורג האט זיך אנגעפאנגען א ערנסטע "סטייל" פון מאכן טיירערע בר מצוה'ס בעיקר אין די זאל פון "ראוז גארדן" יעדער אינגערמאנטשיקל וואס האט שוין געקלאוזט עטליכע מארגעדזשעס האט זיך שוין געפילט פאר א נגיד אין זיין יארגאנג, און געהאט די פראוועליגיע צו מאכן א פארשווענדענישן בר מצוה, אין א רייכע זאל באגלייט מיט זינגער'ס און מוזיק,
דאס איז געווען דער סיבה פון מאכן די תקנה אין וויליאמסבורג, און דאס איז די סיבה פארוואס מ'מאכט עס נאכנישט אין קרית יואל, אבער דאס איז זיכער אז דאס איז נאכנישט גענוג סיבה אז דערפאר זאל מען נישט ארבייטן ווייטער אויף די חתונות,
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2008 20:01 |
|
| |
די סיבה פארוואס אין בארא פארק און אין קרית יואל האט מען נישט איינגעפירט די תקנות איז:
ווייל דארט האבן יא די אהרונים האללס...
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2008 20:15 |
|
| |
בקיצור זאגסטו
אז אין קרית יואל פעלט עס נישט אזוי שטארק אויס
איז דאס איז די סיבה? אדער מ'קען פשוט נישט?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2008 23:07 |
|
| |
לויט מיין אינפארמאציע איז געבליבן אז קהילתינו הק' בקרית יואל
אינאיינעם מיט די הנהלת הישיבה דקרית יואל
האבן באשלאסן זיך פולקאם אהערצושטעלן לויט די תקנות
און מחותנים וועלן אי"ה קענען באקומען דעם זאל אין פאראדייס פאר 7 אלפים.
דאס הייסט אז מיט א בדחן, שפילער בלומען און פאטאגראפער, וועט מען מעגליך קענען האבן א גאנצן פעקעדזש פאר דעם פרייז פון 10 אלפים.
5 טויזענט פער מחותן. (א נאבעלע דערגרייכונג).
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2008 23:15 |
|
| |
און בארא פארק?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2008 23:49 |
|
| |
דוד
שווימער און בערקאוויטש זענען גרייט דערויף?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2008 23:59 |
|
| |
וועל מער דאס זען פעבער 26 אין ברוקלין סופרים קאורט...
|
|
|
|
|