|
|
| נשלח ב-9/1/2008 00:05 |
|
| |
איין זאך איז זיכער אויב וועלן די תקנות זיך אויסארבייטן אי"ה וועלן די מוסדות סוף כל סוף גארנישט שאדן האבן זיי וועלן גאר פארדינען
אז די בעלבעטישטע עולם וועלן ווארפן מיט $25,000 ווייניגער אין גארביזש ביי יעדן קינד עקסטערע, וועלן זיי קענען געבן גרעסערע סכומים ביים דינר
און כ"ש די פשוטע ארבייטערס וועלן קענען צאלן די אמת'דיגע שכר לימוד פרייז
|
|
|
|
| נשלח ב-9/1/2008 01:17 |
|
| |
וועלן די כלות מסכים זיין צו עלימינירען דעם תנאים?
|
|
|
|
| נשלח ב-9/1/2008 02:45 |
|
| |
זשוליאני מען זעהט אז דו ביזט פארנומען קאמפיינען
צום קרעדיט פון די הנהלת המוסדות אין קרית יואל, קאסט שוין די לעצטע אכט יאר בלויז צען טויזענד דאלער די חתונה נאכט אין פאראדייס מיט דעם זינגער שפילער בדחן, דורך מנוחת הנפש.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/1/2008 22:23 |
|
| |
איך געדענק אז די אלע תקנות איז שוין געשטאנען אין דער איד
מיט 7 יאר צוריק
וואס איז איצט נתחדש געווארן, אויסער א טראסק
|
|
|
|
| נשלח ב-9/1/2008 23:22 |
|
| |
דער מוזיקאנט ציטערט אויף זיין פרנסה
ימים ידברו אי"ה
|
|
|
|
| נשלח ב-9/1/2008 23:31 |
|
| |
די תקנות איז נישט מער ווי א טראסק.
והא ראיה אז אין קרית יואל איז גארנישט מיט נישט.
מ'קען מיינען אז אין קרית יואל וואוינען רייכע אידן, די העכערע קלאס, בעסערע לויטע.
אין אין וויליאמסבורג וואוינען די שנארערס... און דארט מאכט מען תקנות.
דער שוטה מיינט אז הייינט איז תר"פ, און מ'ען איינרעדן דעם ציבור - תקנות, אויפטאן.
אין קרית יואאל איז דא א באלעבאס, ער הייסט מאיר הירש. און ער זאגט: קיין פעני ווניציגער.
אז איר ווילט קענט איר חתונה מאכן אין די "הערליכע" שיינע" עלעגאנטע" שוש תשיש, וואס איז בערך ווי מיין ביה"כ.
יעצט הייבט נישט אן בארעדן מיך אדער מיין פאך, ווייל נישט דאס איז יעצט אויפן דעבאטע-טיש.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/1/2008 23:50 |
|
| |
קרית יואל גייט זיך אי"ה צושטעלן אויפן שענסטן אויפן
ס'איז טאקע געגאנגען שווער אזוי ווי יעדע גוטע זאך
|
|
|
|
| נשלח ב-10/1/2008 01:49 |
|
| |
נעכטן אויפדערנאכט איז געווארן א שידוך ביי איינע פון די חשובע תושבי קרית יואל, און היינט מיטוואך איז די "ווארט" ביים מחותן אינדערהיים ווי מ'גייט אויך ליינען דעם "תנאים" נאר א דאנק די נייע תקנה, וואס פינקטלעך די ווילסט מיט קרית יואל ווייס איך נישט, אלעס שטעלט זיך צו געהעריג,
איבער די זאלן און די חתונה נאכט, וויפיל קאפל אא"וו איז דערווייל נאכנישט געמאכט געווארן קיין תקנות, די הנהלת המוסדות האט נאר מודיע געווען זייערע פלענער וואס עס גייט זיך הערשט אנפאנגען אי"ה אין בערך אנדערהאלבן יאר ארום, קום מיר נישט פארדרייען דעם קאפ מיט מאיר הירש, קרית יואל אד"ג, די תקנות וואס מ'האט דערווייל איינגעפירט ארבייט בעסער ווי מ'האט געקלערט איבעראל, וומ"ס, קר"י, מאנסי אא"וו,
ביים שידוך טוען איז די ערשטע זאך מיט וואס מ'קען איינהאלטן די תקנה איז דורך נישט מאכן קיין תנאים, און אטא דאס זעה איך איבעראל זינט דער תקנה איז פראקעלעמירט געווארן,
מוזיקנט, איך ווייס נישט פונקט וועם די ווילסט דא אראפרייסן, די תקנות, ר' מאיר הירש, קרית יואל, סאטמאר, נישט קיין חילוק, דיינע ווערטער האבן נישט די מינדעסטע שייכות מיטן מציאות,
העוו עי נייס דעי, קענסט ווייטער מאכן א תנאים, יעדער לאזט דיר, קענסט ווייטער קויפן צוויי שטריימלעך פאר די פרייז פון איבער פינף טויזענט דאללער, קויף מתנות פאר אלע געשוויסטער פון חתן כלה און פאר אלע באבעס, מימעס און פעטער'ס, הו קערס, נישט נאר דאס, קענסט מאכן בר מצוה אין די טייערסטע זאלן פונעם שטאט, ברויכסט נישט קומען צו מנוחה ושמחה ווי אלע סאטמארע אין וויליאמסבורג, אבער לאז די אנדערע נארמאלע אידן געמאכט,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/1/2008 02:24 |
|
| |
איך האב פריער געהערט די דרשה פון דעם רעדנער, (אויסער דעם וואס זיי פאמפען דארט זייער רבי'ן, מהיכי תיתי, זאל זיי וואויל באקומען) איך מוז זאגן איך בין זייער אנציקט געווארן, ער רעדט דברים נכונים, לו יהי' כדבריו, איך וואונטש זיי הצלחה, שוין צייט צו מאכן אן עק צי די שגעון פון פארשקלאפן און פארדאגה'ענען אידישע בעלי שמחות ביום שמחת לבבם.
אבער די פארמעגליכע מוזן קאפערירן דאס איז דער יסוד.
אויב עס ארבעט זיך אויס דארפן אלע קהלות עס נאכטאן.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/1/2008 03:09 |
|
| |
איך וואלט פאר געשלאגן אז קהל אדער די רבי
זאל ציזאם נעמען אלע ראשי קהלה אדער רבי'ס וואס זענען ערנסט אינטערסירט
אין פאר שטיי זיך נאר אזעלעכע רבי'ס וואס זיי זענען בעל בית אין זייערע קהילות
אין מען וועט זיי פאלגן
אין מאכן א אינטער נאיצינאלע רידער אויף די פארפוילטען סיסטעם פין די טייערע
חתנות ואס איז כלו כל הקינצען אין איך בין 100 % איבערצייגט אז סוועט ארבעטן
|
|
|
|
| נשלח ב-10/1/2008 03:33 |
|
| |
אויפאמאל בין איך שין דערקעגן.
איך זאג אז קרית יואל האט געבויעט א טייערע "קרן ויואל משה", אפשר קענט איר מיר זאגן פאר וועעלכע מיליאנערן פון קרית יואל האט מען דאס געבויט.
איז דאס אויך אין איינקלאג מיט די תקנות?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-10/1/2008 03:40 |
|
| |
יא סאיז אין אייקלאנק מיט די תקנות
ווייל מען גייט לייגן ביימער פראנט פין די זאל
|
|
|
|
| נשלח ב-10/1/2008 17:24 |
|
| |
נעכטן איז געווען א חתונה אין וויליאמסבורג אין קאנטינענטאל. פון צוויי מחותנים אנ"ש. ווי מען האט געבענטש 11:00 ! כה לחי!
די וויכטיגסטע וועלן זיין די אלע נחשונים וואס וועלן אריינשפרינגען דערין! אויף זייערע פלייצעס וועלן ליגן די אלע זכותים, פון ראטעווען גאנצע שטיבער, הארץ עסעניש אין עגמת נפש.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/1/2008 18:47 |
|
| |
ער איז א פשוט'ער שפרינגער און אן אקטיטאר.
ער זעט אז יעצט איז פאפולער צו האקן אויף מיעל מארקט, מאכט ער שנעל א אסיפת הרבנים.
ער זעט אז יעצט איז פאפולער צו האקן אויף די אומבאשרייבליכע צרה פון חתונה הוצאות און לוקסוס
דערקלערט ער שנעל אז ער איז פאר CHANGE.
אפשר זאל מען אים רופן, באראק (אבאמא) טייטלבוים.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/1/2008 19:21 |
|
| |
איך מיין אז ווען דער בעל ויואל משה, האט געזען אז ס'איז פאפולער צו שטורעמען קעגן די מדינה האט ער אויך אנגעהויבן זאגן שארפע דרשות און תורות קעגן זיי און האט פארבאטן זייערע בחירות, ווייל אזוי איז ער געווארן א פאפוליסט.
ווי איך פארשטיי:
1) אנישט דאס קרענקט דיר אז רבינו שליט"א האט פאררופן אן אסיפה.
2) נישט דאס קרענקט דיר אז רבינו שליט"א האט געמאכט תקנות איבער מותרות...
דיך קרענקט 1) אז די שענסטע רבנים זענען געקומען צו די אסיפה.
דיך קרענקט 2) אז יעדער פאלגט די תקנות.
פאררופן אן אסיפה איז נישט קיין קונץ
מאכן תקנות איז נישט קיין חכמה.
אז יעדער קומט, און יעדער שטעלט זיך צו, כאיש אחד בלב אחד.... דאס טוט וויי !
|
|
|
|
|