|
|
| נשלח ב-21/12/2007 18:17 |
|
| |
verbineech
אויב אזוי כאפ איך שוין דעם שורש פון די אלטע מחלוקה סאטמער קלו"ב
איך טויש נאר צוויי ווערטער
דער קלו"ב איז געקומען פון די לאגערען
"צו בויען מוסדות על אפו ועל חמתו פון זיין צובראכענעם פעטער"
"וואס איז נעבעך אזוי צוקלאפט און צובראכען כחרס הנשבר פארן נישט געהאלפען ווערען מיט זש"ק, "
"איז געקומען זיין נעפיו וואס קוקט אויס ווי א גלגל פון פנינה זיך רייצן מיט חנה "
דאס הייסט גערעט צום דבר. לא שיטה ולא שביטה, פלעין אלטע מיאוסע קנאה.
I couldn't have said it better myself
תוקן על ידי jewboy ב- 24/12/2007 14:01:32
|
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2007 18:42 |
|
| |
פארן צדיק ארט עס טאקע נישט
אבער פאר דעם וואס טוט מעשה פנינה
עם ארט יא דע פראסק וואס ער האט מיט דעם געכאפט
די גאנצע וועלט שטוינט אז ער האט געמוזט אנטלויפן פון אר"י
ווייל זיין ברודער דער צדיק גייט האלטען די צענטראלע דרשה
ביי א מסיבה וואס אלע גדולי הדור פון ארצינו הקדושה וועלען אי"ה באשיינען
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2007 19:07 |
|
| |
verbineech
איך זעה אז דו רעדסט נישט בכלל ממין הטענה,
איך פיהל דיין פיין, איך פארשטיי דו ווילסט אויך אביסל אויף פאמפן דיין רבין
געזונטער הייט, אבער ידידי דאס אי איז נישט דאס ריכטיגע פלאץ פאר דעהם.
ביטע מאך דיר אויך איין אנדערן אשכול צו דיסקוסירן דיינע אלע קאמפלעקסן.
דא איז דער מדובר די סאטמערע שיטה.
א חכם איז שואל כענין משיב כהלכה.
זיי נישט קיין וחילופיהם.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2007 05:46 |
|
| |
איך האב געהערט א שמועה אז די עורכים פון מתיבתא זענען צונויפגעשטעלט פון ציונים און טוען זייער ארבעט אין דעם טרפה'נעם לאנד וואס א פאר פרייע אידן האבן צוגענומען פון די אראבער וואס האבן דאס שוין בירושה פון דורי דורות. ווידער, די עורכים פון ארטסקראל זענען פון היימישע אידן וואס זיצן דא אין אמעריקע ווייט אוועק פון די אומריינע מחשבות וואס הערשט צווישן די אפיקורסים.
און ווער איז דער 'הגאון הצדיק' וואס מאכט שווערע געלטער פון דעם מעכטיגן שנאר קאמפיין וואס אפערירט מיט אזא פעסטקייט איבער די גאנצע וועלט?
אזעלכע טיטלען האב איך שוין לאנג נישט געהערט אויף א ביזנעסמאן.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2007 05:50 |
|
| |
נא, דיפלא, ששששששששאאאאאאאאאא, וואס פאדרייסטו מיר די יוצרות! ארטסקרול איז ציונים און מתיבתא איז ריין היימיש...
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2007 20:33 |
|
| |
מיר האט איינער געזאגט דעם וואך פונקט פארקערט
לטענתו איז די וואך ארטסקראל פול מיטן ויואל משה ווען מען רעד פון שלש שבועות.
איך האב עס נישט בודק געווען,
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2007 20:43 |
|
| |
יעצט וויל איך טוישן ווערטער
דער קלו"ב איז געקומען פון די לאגערען צו בויען שפיטעלער ווייל ער איז נעבעך אזוי צוקלאפט און צובראכען כחרס הנשבר פארן פארלירן די סיגעטער קעפ
איז געקומען זיין זון קיין אמעריקע איינרעדן דעם עולם אז מען דארף האבן געלט פאר די מוסדות ווען דער שפיטאל איז די פערדע אדער פינפטע בעסטע אין מדינת ישראל און פארשטייט זיך אז קיין געלט פעהלט נישט
אבער דעם עולם-גולם קען מען איינרעדן אז זייט די מדינה גיט נישט קיין געלט איז נישטא קיין געלט
דער פעטער לבן האט געבויעט מוסדות מיט חובות און דער פלימעניק האט געבויט שפיטעלער בשותפות מיט דוד בן גוריון פאר איינקונפטן
ער איז געווען א גוטער (הגה"ק) ביזנעסמאן
מ'טאר נישט לייקענען אז ער האט געהארעוועט אויף תורה אבער דאס איז נישט אלעס
המשך יבא
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2007 21:17 |
|
| |
און להבדיל אלף אלפי אלפים רבי רבבות הבדלות
דער יענידער (האדמו"ר מ770) טענה'ט אז נישט דער ויואל משה איז באגרינדעט אויף ר' חיים כהן נאר אויפן אלטן רבי'ן
זה אומר עלי יניח צדיק ראשי וכו'
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2007 23:14 |
|
| |
דער קרן לדוד סאטמארער רב זצ"ל האט געהאט א מחלוקת מיט געוויסען רב וואס האט עם געוואלט מנצח זיין איבער דעם עירוב אין סאטמאר, און יענער רב האט אים אן געשריבען א לאנגע תשובה אנגעפירקעלט אויף ריזיגע בלעטער,
האט מען איהם געפרעגט וואס ער זאגט אויף די תשובה? האט ער געענטפערט וואס זאל איך אייך זאגען אפילו די בויגענס זיינען נישט נארמאל.
שמעתי מקרוב משפחה של הקרן לדוד,
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2007 23:23 |
|
| |
וואס איז בעסער, דרייון א קאר אדער גיין מיט די פוס?
היה שם פקח אחד ואמר: גיין מיט די פוס, ווייל אויב מען דרייווט קען מען באקומען א טיקעט פארן רעדן אויפן סעלפאון, מה שאין כן ווען מען גייט מיט די פיס קען מען רעדן וויפיל מען וויל, וועגן דעם לוינט זיך נישט צו דרייוון א קאר
שמעתי מאותו פקח שעמד אז על היאור
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2007 00:50 |
|
| |
נבוכדנאץ
איך האב מורא א דו ביזט ווייטער אויס נאר צו פאררעדן די ציין.
מיין וויכוח מיט דיר איז נישט יעצט דעם גדלות אדער קטנות פון סאטמערער רבי'ן אדער צו היינטיגע מחברים ברענגען אראפ ויואל משה. פאר אפאהר טאהלער וועט דיר הרהגהתה"ח ר' ישוע לייפער שליט"א ברענגען שלמה קארליבאך להלכה. און פאר נאך אפאהר טאהלער נעמט ער אפילו דער יארעמער רב פאר אגאסט רעדנער.
וכמוהו הרבה משאר מלקטי זמננו .
(דעם ראגאטשאווער זעהט דערווייל אויס ס'נישט קיין זיוף, אבער מדארף וויסען וואס די שאלה איז געוועהן, סאיז זיכער נישט קיין תשובה להלכה, מטעם הפשוט וויל ער שרייבט נישט וויפיל הייסט א חבורה כנ"ל)
דאס איז אבער נישט דער מדובר,
אז דו ווילסט מיר ענטפערען על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון איז גוט, אפשר וועל איך טוישען מיין דעה אין אפשר וועסטו איינזעהן אז דו ביזט נוטה פון אמת, אבער אויב דו ווילסט סתם האקן אין טשייינק מיט עפרא לפומיה'ס איז איין עבירה די צייט.
לאמיר אנהייבן מיט די שלוש שבועות, איינס ווייל א גרויס חלק פון כלל ישראל לערנט מען דאס יעצט אין דעם דף היומי והשנית ווייל די שלש שבועות זענען דער יסוד פון די סאטמערער שיטה.
כפי שכתבתי לעיל אז די שלש שבועות זענן בכלל נישט נוגע לכמעשה שהיה בזמננו עד להקמת המדינה וקיבוץ הגליות בארץ ישראל מחמת טעמים דלהלן ואעתיקם עוה"פ
1) שלא ימרדו באומות, מיינט אז מזאל נישט ארויס גיין פון צווישען די אומות ווען די אומות לאזען אונז נישט ארויס, אזוי ווי די בני אפרים פון מצרים אדער די מעשה פון איגרת תימן פון רמב"ם. נישט ווען די אומות ווילען פון אונז פטור ווערן. סמיינט אויך בכלל נישט די אראבישע פויערן אין ארץ ישראל. זיי זענען סתם גזלנים פון קרקע וואס אינה נגזלת, דאס איז ירושה לנו מאבותינו וזאת התורה לא תהא מוחלפת,
2) שלא ידחקו את הקץ, זאגט רש"י בפירוש שלא ירבו בתפילה יותר מדאי. בפרט ווען קיינער כמעט היינט אדער אמאהל מיינט נישט בכלל דעם קץ, די פרייע גלייבן בכלל נישט אין קיין קץ אין די מאמינים ווילן סתם לעבען מנוחה בארה"ק ביז צום קץ המקווה
3) שלא יעלו בחומה מיינט נאר כולם יחד ביד חזקה, וויפיעל מזאל קוועטשן אין דרייען קען מען העכסטנס אולי פארענטפערן די אייגענע סאטמערע בדוחק. אבער אלף כמותו לא יזיזו דברי רש"י ממקומן.
אויב דו ווילסט אדערסירען די נקודות , פשזאלוסטא!
אז נישט, אדער אז דו האסט נישט וואס צו ענטפערען, שיס ארויס אפאהר עפרא לפומיה'ס אדער ימח שמו'ס אין ווער נעלם, כמנהג כל קודמך.
איך ווייס אז דו האסט זיך אסאך געקאכט אין די שיטה ליטעראטור. אדרבה איך ווארט אויף איין ענטפער פון דיר. אבער איך בעט דיך מקודם שרייב וועלכע נקודה די ווילסט אדרעסירען. נישט כאפ דיך אהן אויף א דבר צדדי אין שיס.
נאך אזאך, מרעט דא פון הסבר על פי שכל, נישט פון מענטשען, פארדעם איז דער פאקט אז דער שאפראנער צו דער מאנטעווידעא-ער האבן אויך אזוי געהאלטן, בכלל נישט ממין הטענה.
ווי מען זאגט אויף טאטעריש
Stick to the point הייב אהן פון מרידה באומות, אין וועלכע אומה האט מען דא מורד געוועהן ווען מאיז ארויס פון זיי
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2007 01:05 |
|
| |
איך בין נישט קיין גרויסע שיטה קענער, אבער איך וועל פראבירן אריין צו ווארפן מיינע צוויי סענט.
קודם איז מיר זייער אינטערסאנט אז באטשי האט זיך גענומען צו די שלוש שבועות, און ער פראבירט עס אראפ צו לייגן, ווי נעמען א מדינה פאר די צייט איז מותר לכל הדיעות, און דער ויואל משה איז נישט מער ווי א חיזוק ספר וואס עס פראבירט אפילו נישט צו זיין, אינדערצייט וואס איז געווען אנגענומען די אזוי גערופענע סאטמארע שיטה פאר די לעצטע צוויי טויזענט יאר און קיינער האט אפילו נישט פראפירט צו נעמען עפעס א ממשלה ביז די ציונים, נאכמער אפילו די אגודה און אנדערע וואס זענען יא געגאנגען צו די בחירות און האבן ארויס געשטעלט זייער אייגענע קאנדיטאטן פאר די כנסת, האבן זיך נישט געקריגט מיטן סאטמאר'ן רבין צו א מדינה פאר די צייט איז מותר, זיי אלע האבן געהאלטן אז עס איז אסור, נאר זיי געהאלטן אז דארף אויפטון פאר אידשקייט וכדו' וועגן דעם דארף מען גיין צו די בחירות וכדו', אבער דאס האט קיינער נישט געזאגט אז די שלוש שבועות גייט נישט אן היינט, דאס איז א נייער איינפאל פון דער וואס קען ארויסגעבען אסאף אזעלכע ספרים ווי ויואל משה (לפי עדותו).
"באטשי אויב איינער איז דעת יחידאו, איז עס די, מיט דיין נייער ערפינדונג א שלוש שבועות איז א זאך פון אמאל"
און יעצט אביסל צו זיינע טענות
"1) שלא ימרדו באומות, מיינט אז מזאל נישט ארויס גיין פון צווישען די אומות ווען די אומות לאזען אונז נישט ארויס, אזוי ווי די בני אפרים פון מצרים אדער די מעשה פון איגרת תימן פון רמב"ם. נישט ווען די אומות ווילען פון אונז פטור ווערן. סמיינט אויך בכלל נישט די אראבישע פויערן אין ארץ ישראל. זיי זענען סתם גזלנים פון קרקע וואס אינה נגזלת, דאס איז ירושה לנו מאבותינו וזאת התורה לא תהא מוחלפת."
לאמיר פארשטיין די טענה, לאמיר אנעמען אז אלע מעריב מדינות ווילן פון אונז פטור ווערן, און זיי ווילן אונז ארויף שיקן אויף ארץ ישראל, איז נאך אלץ דא א ביליאן אראבער וואס זיי ווילן נישט, און בעסטען פאל איז האלב און האלב, די לעצטע חלק פארשטיי איך אינגאנצן נישט, לאמיך עס אביסל אנדערש פרעגען, "ווי אזוי קען מען אונז באשווערן אז שלא ימרדו באומות? ארץ ישראל איז דאך א ירושה לנו מאבותינו וזאת התורה לא תהא מוחלפת, און די אראבישע פויערן אין ארץ ישראל. זיי זענען סתם גזלנים פון קרקע וואס אינה נגזלת".
"2) שלא ידחקו את הקץ, זאגט רש"י בפירוש שלא ירבו בתפילה יותר מדאי. בפרט ווען קיינער מיינט נישט בכלל דעם קץ, מ'וויל סתם לעבען מנוחה בארה"ק ביז צום קץ המקווה"
די רש"י איז קלאר אז אפילו "שלא ירבו בתפילה יותר מדאי" און דאם ווייזט טאקע ווי הארב די שלוש שבועות.
"3) שלא יעלו בחומה מיינט כולם יחד ביד חזקה, וויפיעל מזאל קוועטשן אין דרייען קען מען העכסטנס אולי פארענטפערן זיין אייגענע שיטה בדוחק. אבער אלף כמותו לא יזיזו דברי רש"י ממקומן."
ווען ווילסטו דא פארדרייען א קאפ, אז צוביסלעך זענען אידן ארויף ארץ ישראל, און די פעלקער האבן נאכן דעם באשלאסן אז מען געבט איבער די מדינה פאר די אידן וואוינען דארט וויבאלד עס איז סייווי זייער ירושה.
דאס וואס די ברענגסט פון רמב"ם, דארט שטייט טאקע אז די שלטון וועט זיין מותר????
איך וואלט זייער שטארק געוואלט די זאלסט טאקע אראפברענגן די רמב"ם און די ראשונים כמו שהיא אז מען זאל קענען זען פון ווי די ברענגסט א ראי.
--- דיסקלעימער, איך בין נישט קיין עקספערט אויף די שיטה און איך האב קיינמאל נישט געלערנט ויואל משה מער ווי א פאר בליקן, איך האב סתם געשריבן וואס איך פארשטיי בעניות דעתי.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2007 02:33 |
|
| |
קיינער טעהנ'ט נישט היינט צו מען מעג מאכען א מדינה,
שלא ימרדו באומות איז דער טייטש ווען איך טוה א זאך אין נוי יארק וואס "אינדיע" איז נישט צופרידען פון דעם ?
וואס האט שלא ידחקו את הקץ צו טועהן מיט גיין צו די בחירות ?
רש"י אין די מהדורא קמא זאגט קלאר שלא יעלו "מאליהן" פון דעם זעה איך אז די כוונה פון רש"י איז ביד חזקה "אהן רשות",
אין דרך אגב, איין זאך איז שוין ביי אידן צוויי טויזענט יאהר אז מען קען נאר בלייבן אידן אויב מען וועט פארלגען די רבנים, ואפילו כשאומרים לך על שמאל שהוא ימין, די סאטמארע שיטה איז אז מען זאל שרייען אויפן רבין שייגץ,
לאמיר פאלגען אונזערע גדולי ישראל וואס זיי האבען אונץ געלערענט,
און עטץ זאלט שרייען אויף ענקעקע רבי'ס "שייייייגעעעעץ".
_________________
|
|
|
|
|