דער רבי שליט"א (מהרז"ל) קעגן קאמוניסטישע וואלען
די עקלהאפטיגע פייט קעגן עטליכע חברה מעביר צו זיין דעם גרעסטן פילאנטראפ אין סאטמאר, הרה"ח ר' אברהם בער יאקאבאוויטש שליט"א, האט געכאפט א געזונטן זעץ
דער רבי שליט"א האט געלאזט הערן פאר עטליכע בונטעווערס אז ער וועט נישט לאזן מעביר זיין הרה"ח ר' אברהם בער שליט"א פון די וואלען. טראץ וואס געוויסע פאוער בראוקערס אינערהאלב קהלתינו הקדושה ארבעטן אזוי שווער אים אראפצוברענגען.
איך וויל נישט צופיל רעדן איבער דעם, אבער עס שטעלט זיך ארויס די אויסטערלישע סייעתא דשמינא פון רבי'ן שליט"א אז ער האט זיך נישט געלאזט פון די ווילדע חברה, כאטש זיי האבן אסאך געלט און סטראשען, אז די וואלען זאל געפירט ווערן אויפן קאמוניסטישן שטייגער
ביז די וואך האט אויסגעקוקט אז דער קאמף פון די בירך משה קאמפאני, מיט די אנפירער הרה"צ ר' ליפא שליט"א, מיט דעם משב"ק הרה"ח ר' משה מיט הרה"ח ר' אליעזר שליט"א, וועלכע האבן זיך צוזאמענגענומען צו קעמפן קעגן ר' אברהם בער וועט זיך איינגעבן.
די וואך האט נאך הרה"צ ר' ליפא געלייגט שטארק דרוק ביים רבי'ן אז מ'קען נישט לאזן ר' אברהם בער קאנדידירן אלס סגן ראש הקהל, וויבאלד זיין ברידער ר' דוד לייביש איז שוין אויף די ליסטע פון פריער, און ממילא מוז זיך ר' אברהם בער אפזאגן. דער רבי האט אבער געזאגט אז ער זאל יא בלייבן.
דער רבי האט פארציילט פאר ר' אברהם בער שליט"א אז ער וועט נישט לאזן ר' אליעזר'ן אים איבערווארפען, און ער וועט בויען די נייע שול, נישט קיין אנדערער. און וויבאלד ער האט למעשה די עקספיריענס מיט די אנדערע צוויי מעכטיגע הערליכע שולן וואס ער האט אויפגעבועט, די מוירטל שול און די אנדערע לי גארדענס, איז נישטא קיין בעסערער מענטש ווי ער.
די פייט איז נאכנישט אריבער. האפענטליך וועט נאר ארויסקומען א טובה דערפון.
_________________
 |
|
|