|
|
| נשלח ב-21/12/2007 06:15 |
|
| |
בארא פארק וויליאמסבורג באס
מיינע טייערע אידישע ברודער בני אברהם יצחק ויעקב הי"ו
איך ווייס נישט אויב דא איז דאס פלאץ צו רעדן און שרייבען וועגן דעם ענין . אבער אזוי וויא דער פורום האט א סאך לייענער .וויל איך דא רעדן וועגן א אנגעווייטאגט ענין
קודם כל וויל איך מיך אנטשולדיגען פאר די לייענער ווייל לעצטענס בין איך נאר א גאסט אויפן פארק . ווייל איך מיך נישט קריגען מיט די וואס ווילן נישט הערן. אבער ההכרח לא יגונה. די עוולה שרייט שוין פון זיך אליין.
עס איז לעצטענס געשטאנען בריוון אין איינעם פון די חרדישע וואכענצייטונגען וועגן די עוולות וואס די פירערס פון די בארא פארק וויליאמסבורג באס טוט קעגען דעם היימישען עולם. זיי זענען פוסע על ראשי עם קודש במלא מובן המילה.
איך גיי נישט אריין אין דעם וואס יעדע ביזנעס און אפילו רעביסטעווע האט שוין היינט א קאמפיטישאן. וואס דאס איז א טובה פארן ציבור. אבער די איינע זאך "בארא פארק וויליאמסבורג באס" האט א מאנאפאלי אויף דעם רוט און אויף אנוזערע יודען וואס האבען נישט קיין קארס און מאכען דורך דעם וועג אונטער אוממענטשליכע אומשטענדן אויף אלטע פארפוילטע באסעס אהן קיין נארמאלע הייצונג אין ווינטער און אהן קיין עירקאנדישאן זומער. חוץ דעם וואס רוב מאל איז נישט אמאל דא וויא צו זיצען ער שטופט צוזאמען מענער מיט פרויען מיט קערידזשעס ערגער וויא סערדינס אין די שאכטלעך.
בין איך דא מודיע אז נאכען דורכשמועסן די זאך מיט גדולי הרבנים והפוסקים בדורנו שליט"א . און נאכדעם וואס מען האט זיי שוין געבעטען שיינערהייט עטליכע מאל אויף א שיינעם אופן . און מען האט גערעדט צו טויבע אויערן . איז דא א פסק אז מען מעג מאכען א קאמפיטישאן בכל אופן שהוא אפילו דורך איבערגעבען זייערע מעשים תעתועים פאר די שטאטישע איסטאנצען והמבין יבין. ווייל אנשטאט צו זיין מזכין את הרבים זענען זיי ליידער מצער את הרבים וואס מען מעג זיי ערלעדיגען בכל אופן שהוא וד"ל. (נ"ב לפני שאחד רוצה לקיים פסק זה בפועל. יתיעץ עם רב שלו ויוכל לומר לו אודות הפס"ד הזה)
א. מענטשען שטייען אין די פראסט און היץ און ווארטן אויף א באס. נאכדעם ענדליך קומט אהן א געפאקטער באס און סטאפט ניטאמאל. און ער שיקט נישט בכלל א צווייטן באס. וואס דעמאלס בשעת מעשה זעהט מען וויא די גויישע שטאטישע נייע באסעס באקוועם פארן זיך איינס נאכן צווייטן כמעט ליידיג.
ב. טאמער ער סטאפט יא קען מען רוב מאל ניטאמאל ארויפגיין ווייל עס איז ניטאמאל דא וויא צו שטיין.
ג. דער רעדיא קנאקט אויף די העכסטע טענער אז עס זעהט אויס וויא עפעס א באלאגאן.
ד. נישט קיין נארמאלע איר קאנדישאן. און נישט קיין נארמאלע הייצונג.
ה. אלטע פארפוילטע באסעס וואס שאקעלט אויף די מענטשען ערגער וויא דעם לולב להבדיל ביי די נענועים.
ו. דער עולם ווערט געשמיסען און געווארפן ביי יעדען סטאפ אזוי וויא להבדיל די הושענות.
ז. עס איז פשוט א סכנה צו פארן מיט אזעלכע אלטע באסעס וואס דארפן שוין לאנג אריינגעווארפן ווערן אין טייך אזוי וויא די אלטע ניו יארקער סאבוועי טרעינס.
די שארמאשער באסעס וואס פלעגען פארן אין די קאנטריס אין די בראשית יארן האבען געהאט אזא פנים ביז . איינער האט צוריקאריינגעברענגט "שארט ליין" אין די ליניע . נאכדעם איז אויך צוגעקומען נאך א קאמפיטישאן כידוע ליודעים. עס איז געווען צייטן וואס דער באס האט געקאסט נאר צוויי דאללער פון די קאנטרי אהיים כדי צו קלאפן דעם קאמפיטישאן. אין די תשל"ה יארן.
ביז ענדליך האט ער זיך אהערגעשטעלט . היינט מיטן נאמען קעטסקילס דורך ג. וואס ער שטעלט ב"ה צו פיינע סערוויס וויא עס פאסט זיך.
יעדער איינער ווערט געבעטען צצו שרייבען זיינע מחאות קעגען די באס קאמפאני . און דורך דעם וועט מען קען שנעלער אויפטון לטובת ישראל.
 |
|
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|