| נשלח ב-24/12/2007 19:47 |
|
| |
ווער האט אויפגעשטעלט אידשקייט אין אמעריקע???
ווער האט אויפגעשטעלט אידשקייט אין אמעריקע???
מיר ווייסן אלע אז רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע האט געראטעוועט די אידשקייט אין אמעריקע אבער עס איז דא אסאך פרומע אידן וואס האלטן נישט אזוי בראשם די ליטווישע זאגען אז תורה ודעת איז געווען אסאך פאר רבינו זי"ע אזוי איז דא פילע אנדערע חסידות באבוב, סקיוורא, צעלים, ועוד ועוד
מיר וועלן יעצט שרייבן ווי אזוי אלע פרומע ערליכע אידן וואס זענען מהדר אויף מצוות ווי אזוי אלע וועלן בפה אחד זאגען אז רבינו שליט"א האט אויפגעשטעלט אידשקייט אין אמעריקע
1)שחיטה מהודרת פאר עופות
2)שחיטה מהודרת פאר גסות
3)בעלי בתים לומדי תורה
4)היכל ללומדי תורה (היכל רז"ב היכל בית חיה היכל תהילות יוסף)
5)מוסד פאר קראנקע קינדער
6)בר מצוה תקנות
7)מצות מהודרת (אריזאנע-ארגען ווייץ
8)חתונה רעוועלאציע
9)מקוה טהרה ק"י
10)קרית ויואל משה
ועוד ועוד וואס עס וועט נאכקומען
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2007 19:55 |
|
| |
רעד ווייניגער שטותים, ר' אהרן איז שוין דער דריטע גענעראציע זייט אידישקייט האט זיך אויפגעבויט אין אמעריקע, ער איז א פראדוקט דערפון. און דיין ליסטע איז סאטמארע אהרוינישע פארטייאישע אנשטאלטן, וואס האט גארנישט מיט די וועלט, בעלזא אין וויזניץ האבן אויך די זעלבע זייער אייגענע מוסדות אין אויפטיען, וואס האט גארנישט מיט די וועלט.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2007 19:58 |
|
| |
איך האלט הגז"ל האט אויפגעשטעלט יודישקייט אין אין אמעריקע ווייל ער האט אויפגעשטעלט
1) כולל ערב אין ראדני פאר פינעף מינוט
2) ער האט א לאט אין בארא פארק
3) סאסמאנס שיל אין קרית יואל
4) די הייליגע לישקע אין ווילמאסבורג
5) א בוטשער אין בארא פארק
6) עטרת אברהם זאל מיט די ביימעלך
8) געפענעט מוסדות אין בארא פארק
9) ער האט צוריק געברענגעט די תרפ"ץ ניגון
10) אין איינגעפירט פרעס אין ראדני נאך 9 אזייגער
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2007 20:04 |
|
| |
ביבער האסט פארגעסן פון די קאפי פסח
סקאט האט א חסידות א שחיטה א היכל רז"ב?
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2007 20:49 |
|
| |
קהל יטב לב, זאלסט מיר זייער אנטשולדיגן אבער דו רעדטסט ווי א ערנסטער שוטה.
קיינער נעמט נישט אוועק פון די אויסטערלישע פעולות לטובה וואס כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א האט אריינגעלייגט אין אידישקייט די פארלאפענע 30 יאר, די ליסטע איז פיל פיל לענגער ווי דאס וואס דו האסט אויסגערעכנט, און ס'איז קלאר אז ס'איז כמעט נישטא בדורינו ווער ס'קען זיך מיט אים פארמעסטן דערין.
אבער צו פארגלייכן מיט רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע? ביזט אויפן קאפ געפאלן?! דער רבי זי"ע האט געמאכט א יש מאין, גענומען אידן וואס זענען געווען צושמעטערט, קיין פרוטה ביי די נשמה, אפגעלאכט און אויסגעשפיגן פון ממש די גאנצע וועלט, אידיש און גוי'איש צוגלייך, און מיט זיי האט ער אדאנק זיין אומגעהויערער כח הקדושה און פענעמאנאלע סיעתא דשמיא באוויזן אהערצושטעלן א ריזן אימפעריע וואס איז היינט די גרעסטע פארזאמלונג פון ערליכע אידן איבער די וועלט.
איך רעד נישט פון די מלחמה קעגן ציונות, אין וואס ער איז געווען א יחיד בדורו און אלע דורות הבאים אחריו. איך רעד פשוט פון זיין איבערפלאנצן ארגינעלער אידישקייט אין אמעריקע, א זאך וואס קיינער האט בעפאר אים נישט באוויזן. ס'איז דא א שיעור וויפיל שטותים מ'קען רעדן.
תוקן על ידי געגאנגען ב- 24/12/2007 20:51:14
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2007 22:19 |
|
| |
אויך האט ר' זלמן איינגעפירט צו לערנען די הייליגע ספרים פון ר' שימעלע ד'זיגאן פארן דאווענען.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2007 22:49 |
|
| |
ס'איז אמת אז תורה ודעת איז געווען פריער, און זיי האבען טאקע געלערנט תורה. אבער ס'וואלט געווארען אזוי ווי יאנג איזראעל. אידן אבער גארנישט געוואקסען נאך הונדערט יאר! איך זאג דאס אלס איינער וואס מיין משפחה איז דא אזוי לאנג, און ס'איז ברור כשמש בצהריים!
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2007 22:58 |
|
| |
יעדער וואס האט נאר אביסל ערנסטקייט זאל נישט מגיב זיין אויף דעם אשכול.
אלעס האט א גבול.
צו מאכן ליצנות פונעם רשכבה"ג רבינו הקדוש זי"ע קען מען ערווארטן פון זיינע שונאים און נישט פון אזעלכע וואס רופן זיך חסידים וממשיכי דרכו!
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2007 23:27 |
|
| |
געגאנגען איז גערעכט און אמתלאמתו איז גערעכט,
מיר קענען נישט מדמא זיין די היינטיגע וועלט און אירע אויפטוען מיט די אמאליגע וועלט ווען רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע איז אהערגעקימען קיין אמעריקע, ער האט אנגעפאנגען צו ארבייטן אין א ארץ לא זרועה ממש, וויפיל אידישקייט עס איז דאן געווען, וואלט דערפון היינט לכאורה שוין נישט געווען קיין זכר, וראיה לדבר זענען די פרימע אידן וואס האבן דאן געוואוינט אין די איסט-סייד און נישט אריבער געמופט קיין וויליאמסבורג, פון די אלע משפחות ווייסן מיר שוין היינט וואס עס איז געבליבן מיט זייער אידישקייט, איין גארנישט!
עס האט דיקא גארנישט מיט סאטמאר צוטוען, וואס איך מיין צוזאגן איז דאס, מ'ברויך נישט זיין דערפאר קיין סאטמאר'ער חסיד, די רבי ז"ל האט אויפגעשטעלט א דור פון אידישקייט, פרומע אידן, נישט נאר סאטמאר, עס זענען אלע חסידות'ער היינט, ער האט אריינגעברענגט דאס חסידישקייט, דאס פרומקייט, און נאר א דאנק אום האלט זיך נאך היינט אידישקייט, און נאר א דאנק אום קען מען היינט בויען און מרחיב זיין די גבילי הקדושה, ווי מ'זעהט היינט,
|
|
|
|
|