פאריגע וואך דאנערשטאג האט נפתלי בלומענפעלד געהאלטן נאך א דרשה אין קווינס און זיך געבעטן ביי די בחורים ברחמים אז מ'זאל אים א טובה טון און פארן אויף שבת קיין קרית יואל. ס'איז געקומען נאך וואס מ'האט אים מסביר געווען פון אויבן אז אויף דעם שבת איז שוין נישט שייך "די נקודה פון רבי'ן זכרונו לברכה" ווייל דא איז דאך פארקערט, מ'דארף אין אזא צייט גיין דאווענען אין גרויסן ביהמ"ד אין קרית יואל, דערפאר האט ער געהאלטן א נייע דרשה.
יעצט איז ער שוין ארויס מיט באק ציין און אפן געוויינט אז ביי "דעם יעניגן" זענען כסדר פול די פארענטשעס און זיין ריזן ציבור [בלעה"ר] האלט כסדר מיט אלעס, און ביי 'אונז' איז אלעמאל ליידיג און שיטער.
אויב עמיצער קען פארשאפן דעם טעיפ און מהנה זיין דעם עולם ביטע עס דא ארויפלייגן (איך הער אז דאס מאל האט ער פרובירט בעסער אכט צו געבן, כ'האף אז ס'איז אים ווידער נישט געלונגען).
_________________
If it''''s good marketed, you''''ll buy it. but if it''''s real you''''ll FEEL it!
נשלח ב-24/12/2007 19:57
אזא גוטן שבת האמיר געהאט אין קרית יואל אז די אהרונים זענען ביזי מיט געבעקסן???
נשלח ב-24/12/2007 20:01
דודל ער וויל נאר אינטערציען דעם עולם
נשלח ב-24/12/2007 20:45
ר' דוד, איך ווייס נישט פון וואו איר קומט, אבער איך מיין אז מיין רעקארד רעדט פאר זיך זעלבסט.
ער האט געהאלטן יעצט נאך א דרשה, פינטל. איך קען קוים ווארטן אויב דער טעיפ וועט אפירקומען. (ביי די פריערדיגע דרשה האבן די זאליס אויך קודם געלייקנט).
If it''''s good marketed, you''''ll buy it. but if it''''s real you''''ll FEEL it!
נשלח ב-24/12/2007 21:10
איך ווייס נישט וואס מען מאכט אזא וועזן פון בלומענפעלדס דרשות, וואס איז יעצט נתחדש געווארן, ער האלט אזא פארטיי דרשה יעדן דאנערשטאג פון די וואך (פרעגט די בחורים), און ווער רעדט נאך ווען ער רעדט פריוואט אין אפיס מיט א בחור, דעמאלט עפענט ער זיין פיסקל אזש נישט צום גלויבען.
נשלח ב-24/12/2007 22:00
פארלעסליך, אפשר טוסטו אויב אזוי א טובה פאר אונז אלע און ברענגסט אונז די טעיפס פון יעדע וואך דאנערשטיג?