| נשלח ב-25/12/2007 00:58 |
|
| |
מתנה פאר jnet באנוצערס: דרשת בלומענפעלד (מיט נאך חלקים)
איין שבת וואס רז"ל קומט עסן מיט די בחורים און מען דארף וויינען צו זיי און זיך בעטן צו זיי אז זיי זאלן נישט מאכן קיין בושות און קומען עסן מיט'ן רבי'ן, ס'זאלן נישט זיין קיין אויסגעשפילטע טישן.
ס'איז ממש א נחת צו הערן וויאזוי דער בלומענפעלד וויינט צו די בחורים - וואס פון די וועג פון זיין רעדן קוקט אויס אז ע"פ רוב זענען זיי בני יואל - אז ס'איז נישט קיין שום פראבלעם צו קומען צו א רבי'ס טיש. מען דארף זיך נישט שעמען דערמיט, און אז דער רבי פירט פאקטיש נישט קיין רביסטעווע, נאר ער זאגט איבער דעם "הייליגן רבי"'נס תורות, און ווער ס'קומט נישט צו רז"ל'ס טיש פארשעמט דעם "הייליגן רבין'" (פאר די נישט-סאטמארע: דאס איז דער בעל דברי יואל, וואס ווערט אנגערופן "הייליגער רבי" דורך די בני יואל, וואס האבן נישט מקבל געווען קיין שום אנדערן רבי'ן נאכדעם וואס דער דברי יואל איז נפטר געווארן.)
בלומענפעלד בעט זיך צו די בחורים אז כ"א כסלו זאל מען נישט ארויסלויפן פון זאל ווען דער רבי רעדט, און אז מען זאל זיכער מאכן צו קומען צו יעדן טיש ווען מען קען נאר.
אויך איז זייער זיס צו הערן וויאזוי ער לייגט אראפ וואסערע "באמעס" ס'לערנען אין די קווינסער ישיבה, וואס קומען אין שול און שמועסן אפ א האלבן דאווענען, של"ס שמועסן זיי מיט די ליידיגייערס און זיי לויפן ארויס ביים זמן כאפן א ציגארעטל.
אפילו פאר די וואס האבן שוין געהערט חלקים פון די דרשה לוינט זיך צו דאונלאודן די קליפ, צו הערן אנדערע חלקים וואס זענען אויסגעמעקט געווארן ביי די אנדערע קליפ.
http://www.yousendit.com/transfer.php?action=download&ufid=226E2FDD3F044AFA
תוקן על ידי געשמאק ב- 25/12/2007 0:59:18
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2007 01:01 |
|
| |
געשמאק, א יישר כוח פארן עס ארויף לייגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2007 01:12 |
|
| |
נאך אזויפיל יאר וואס די גזלונים פאמפען מיט זייער רבי'ן שטעלט זיך ארויס אז אלעס איז לופט.
זיי האבן נישט קיין שום "עתידות" שרייט בלומענפעלד אויפ'ן טעיפ. חוץ אויב די בני יואל בחורים, וואס זייערע טאטעס האבן זיי געשיקט צו רז"ל'ס ישיבה - כדי צו טריצן דעם רבי'ן שליט"א - קומען צום טיש פון זייער "רעבען", ווייל אז נישט וועט דער באלאן פלאצן.
די סיבות פארוואס בחורים קומען נישט צום טיש, ווי בלומענפעלד לייגט דאס אראפ, זענען ממש הפלא ופלא:
1. רביסטעווע - זייט דעם "הייליגן רבי'ן" איז שוין נישטא אזא זאך ווי רביסטעווע.
2. פארטיי - ווייטער א באגריף וואס די הייליגע בני יואל האקן אריין אין זייערע קינדער פאר אזויפיל יארן, אז מען טאר נישט שטיצן א פארטיי.
3. בושה - די בחורים שעמען זיך צו זיין ביי א טיש! איר הערט ווערטער? די ערשטע חסידות אין די וועלט, וואו די בחורים שעמען זיך צו קומען צום טיש.
אזוי קוקט מען אויס ווען מען פרובירט צו בויען א חסידות מיט מענטשן וואס האבן פיינט א רבי'ן און חסידות בתכלית השנאה.
יעדער איינער האט א קאזין, א שותף, א פריינט וכדו' פון אן אנדערן קרייז, וואס פרעגט אייביג, ווער פון די צוויי רבי'ס האט באמת איבערגענומען סאטמאר. דער קליפ איז דער בעסטער ענטפער פאר די שאלה. פארווערדטס דעם קליפ אין אימעיל פאר אלע אייערע באקאנטע.
תוקן על ידי געשמאק ב- 25/12/2007 1:19:35
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2007 01:26 |
|
| |
אנביליוועבל!!!!!
WOW
די גרויסע זאלויני פירערס רייסן איהם אראפ די קאפ...איך האב רחמנות אויף איהם....
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2007 01:43 |
|
| |
געשמאק, איך מיז דיר אפגעבן א גרויסן יישר כח פארן ארויפלייגן די אנדערע חלקים פון די דרשה,
וואס זאלעך דיר זאגן, איך האב באמת רחמות אויף דעם בלומענפעלד, ער ווייסט עס נישט וויאזוי ארויסצוברענגען, ער הייבט אן אז בחורים ווילן נישט קיין צו קיין טישן אין מסיבות ווייל עס איז א פארטייאישע צוזאמקום, ווייטער ווען ער בעט אז די בחורים זאלן קימען ווייסט ער עס נישט וויאזוי ארויסצוברענגען, ער קעקעצט אהין און אהער, צו רז"ל קען ער נישט זאגן אז מ'זאל קימען, ווייל ס'וועט דאך קלאר שמעקן פון א חסידות פון וואס די בחורים פראבירן צו אנטלויפן כמטחוי קשת,
ביי זיי אינדערהיים האט מען אין זיי אנגעבאקן אז זינט רביה"ק דער דברי יואל זי"ע איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים איז נישטא מער קיין רבי (עטליכע יאר איז נאך געווען א רבעצין... אבער דאס האבן מיר שוין אויך נישט) ווי די ברעסלעבער, איז ווי קען מען זיי יעצט קימען זאגן אז זיי זאלן גיין צו טישן, עס איז דאך נישטא קיין טיש מער, סך הכל קען מען איבער הערן די טעיפס פון רבין זכרונו לברכה אבער דעטס איט,
מיז ער אנהייבן מיט א צווייטער מהלך "די נקודה פון רבין ז"ל"...
יעדע זאך, צו איז עס עסן מיט רז"ל פרייטאג צונאכט די איינע שבת = נקודה פון רבין ז"ל,
קומען און ראָדני צו די תפילות = נקודה פון רבין ז"ל,
שטיין אויף די פארענטשעס ביי שלש סעודות = נקודה פון רבין ז"ל,
און ווען עס קוקט שוין אויס ווי א דזשאק די גאנצע מעשה איז דא א צווייטער דערהער, נעמליך, מ'דארף מחזק זיין די וואס האבן געגעבן די "מיליאנען" פאר די ישיבה,
ווי פארטיי, ווען פארטיי, וואס פארטיי, קיינמאל, איך מיין נישט דעם אנכי'עס, נישט דעם עגאאיזעם, מ'דארף פשוט מכיר טובה זיין פאר די געלט געבערס, און ווער עס פארשטייט נישט דאס ענין פון "הכרת הטוב" קען ער שוין נישט רעדן, זאגט ער,
א דריטער תירוץ איז דא, די בחורים דארפן זיך צוזאמנעמען ווייל ס'קומט נישט אויס קיין געלעגענהייט ווען דער ציבור קען זען דעם "עולם"....
און צו מאכן באקוועם, זאגט ער צו פאר די בחורים אז מ'וועט נישט לאנג אויפהאלטן ביי די סעודה און עס וועט זיין זייער באקוועם און אנגענעם, "און וואס מער בחורים, ווי מער עולם, אלץ מער איז די כבוד שמים"...
עס לוינט זיך צו הערן דעם טעיפ,
רעקאמענדירט!!!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2007 02:04 |
|
| |
די וואך אין קרית יואל האבן אסאך אירע געפרעגט וואס איז געשען מיט די נקודה פון רבין ז"ל... יעצט האט די נקודה געמופט קיין סאסמאן?
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2007 02:05 |
|
| |
אגב א ריזיגן ישר כח געשמאק פארן עס ארויפלייגן, כהאב געהערט דערפון אבער עס נאכנישט געקענט הערן ביז יעצט.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2007 02:44 |
|
| |
געוואלדיג! א ריזיגען יישר כח!
ער לייגט אראפ די גאנצע זאלונים יסוד, אין עטליכע מינוט.
קיינער האט עס נישט געקענט טוהן בעסער ווי ער!
כה לחי ר' נפתלי! זאגטס נאך דרשות...
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2007 02:47 |
|
| |
מוראדי'גע פשט הבל הבלים.. קהלת.. צו ווייזן אן עולם.. מיר ווילן נישט ווייזן א עולם.. אהה מיר ווילן יא ווייזן.. ניין מיר ווילן נישט, וואס וויל איך זאגן..?
ער ווייסט נעבעך נישט וואס ער וויל, ער רעדט כאילו כפאו שד..
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2007 02:57 |
|
| |
איך בעט זייער אין נאמען פין טויזנטער ליינער ווער סקען זאל זיי מוחל ארויף לייגען דעם
גאנצען טעקס ופין דעם בלומנפעלדס דרשה וייל דע דרשה איז דער א'ב' אין דע זאלי פארטיי
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2007 14:33 |
|
| |
עס איז שטארק אינטערעסאנט דעם שבת פר' ויחי וואס הגז''ל איז געווען אין ק''י אין זענען מיט געקומען מיט אים בחורים פון קווינסער ישיבה (געצווינגענערהייט) זענען געגאנגען פרייטיג צונאכט צום טיש ביי רבינו שליט''א אין אויף האט גארנישט געדארפט בלומענפעלד בכיי'ן אז זאלן קומען טיש .
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2007 15:33 |
|
| |
דא קענט איר הערן די דרשה
206-888-9584
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2007 20:30 |
|
| |
דא האט איר דעם קליפ נאכאמאל.
אויף יו-סענד-איט:
http://www.yousendit.com/transfer.php?action=download&ufid=2E4C528B16D091BE
און אויף גיגאסייז:
http://www.gigasize.com/get.php?d=x6yyw75yroc
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2007 22:29 |
|
| |
יוסענדאיט לינק ארבייט נישט
|
|
|
|
|