לייענערס פונעם צייטונג "דער איד", שטויענען ווי עס ווערט דארט אדווערטייזד וואך נאך וואך מודעות איבער א משפחה סכסוך.
עס האנדעלט זיך און א פאל ווי דאס פארפאלק איז סעפערירט איבער דריי יאהר, און די מאמע דערלאזט נישט דעם טאט'ן האבן א שייכות מיט'ן קינד.
ווי געווענליך ביי אזא פאל זאגט די פרוי כ'וויל נישט גענוג געווען אין דיינו! דער טאטע לויפט נעבעך נאך ערשטע הילף צו איצא גליק פון התאחדות אדער צו משה ראטה אדער הרב יודל גרובער און באצאהלט טבין ותקילין פאר די הזמנות און סירובים און מכתבים אאוו. ער פארלירט צייט פון די ארבעט, און לייגט צוגרונד זיין דזשאב אדער ביזנעס. לעומת זה לויפט די פרוי צום אלוועלטליכן באקאנטן אויסווארף אין טוען רבני שמואל פריעד, און גיט עהם א דעפאזיט פון א פאהר אלפים צו פירן א מלחמה, און אין די גאנצע בית דין אינדאסטרי ווערט ליהודים, מען לעבט פשוט אויף, סאיז דא א פרישער קעיס, ס'קומען זיך צונויף מיט פארקנייטשטע שטערן די דיינים ווי הרב מענדל זילבער, הרב אייכענשטיין און רב גרובער און מען באד זיך עטליכע יאהר אינעם בלוט באד, און מ'באקומט נאך צו א גאר פיינע אפותיקי. ווער רעדט נאך אויב איינע פון די צדדים זענען גאהר פארמעגליכע לייט, ווי ביים איצטיגען קעיס מיט יענקל פעקעטע.
אזוי איז געווען ביז היינט!
דא איז אינטער געקומען הרב וואלהענדלער אין הרב שניאור זלמן בערנבלוט און מחדש געווען א חידוש, דהיינו אז לפי ההלכה לויטן שלחן ערוך מוז די "פרוי" האבן א רשות בי"ד אויף נישט צו ווייזן די קינדער, און אויב די פרוי האט נישט קיין רשות בית דין, און שטעלט זיך נישט צום בי"ד, און גיט נישט אן קיין גרונטליכע נימוקים פאר וואס דער טאטע זאל נישט זעהן זיינע קינדער, דאן קען דער בלויזער פאקט אליין גענוצט ווערן דורכ'ן מאן אלץ א יסוד פאר א היתר מאה רבנים, ווי באלד זי איז עהם מבטל פון מצוות חינוך, און די קינדער פון כיבוד אב.
אין אנדערע ווערטער מיינט דאס אזוי, די כנופיא גנבים און גזלנים פון די בתי דינים המפורסמים זענען גענצליך ארויסגעשניטן געווארן, יעדער רב בישראל וואס פאסקענט איסור והיתר שאלות וועט אויך די שאלה קענען פסקענען. און אויב סוועט אויספעלן וועט מען אויך מאכן א היתר מאה רבנים.
דא האבן זיי אלע די גאנצע בעטדין אינדאסטרי צוזאמען געכאפט א שאס, פון וועלכן זיי וועלן זיך שווער ארויסזעהן, און וועלן דאס פיעלן אין זייער פאקעט'ס לאורך ימים ושנים. ווייל דאס איז שוין א געשעהנער פאקט.
דעריבער פראבירן זיך נאך עטליכע בתי דין צו ראנגלען און אפשלאגן זיין חידוש דין. ווי מיר הערן אבער פון פארלעסליכע קוועלן האבן זיך שוין מערערע רבנים צוגעשטעלט מיט תשובות און באפעסטיגן דעם לאגישן און הלכהדיג'ן בעשלוס.
און די אלע וואס קענען רב וואלהענדלער זאגן אז זיינע געגנער פייטן א פארלוירענע מלחמה, ווייל ביי אלע זיינע רבנישע מערכות אין דער רבנישער וועלט, ווי ער האט זיך ארויסגעשטעלט פעלזען פעסט, האט ער תמיד מכריע געווען את הכף.
____________________________________________________
דא איז א קאפי פין א בריוו וואס האט אויפגערידערט די עולם התורה, אין איז ארויסגעשיקט געווארען צו רבנים אין בתי דינים די וואך.



תוקן על ידי בר_כוכבה ב- 25/12/2007 3:47:24