באקומען אין אישי וואס סהאט זיך אפגעשפילעט אינטער דע קלוסין מיט רב כ"ץ
מ'האט אים געבעטן בתחנונים צו רעדן, צו דערלאנגען א גוטס פאר רבי'ן. למעשה האט ער זיך מורא'דיג גע'יישוב'ט אויב ער זאל גיין. ער האט זיך שוין עטליכע מאל אפגעבריהט און ער וויל שפילן מעשה נייטראל. איז מען געקומען מיט אן אפפער פון מאה אלף דאללער(!). אליעזר קעסטענבוים האט זיך אונטערגענומען צו געבן חמשים אלף און מענדל שווימער צוואנציג אלף, און די איבריגע וועט מען צוזאמשטעלן
למעשה, האט ער זיך זייער געצעגערט, האט ער מתחילה געבעטן אז מ'זאל עס נישט מפרסם זיין, האט מען דאס טאקע נישט געשריבן אויף די מודעות
ווען מ'האט געזען אז דער ר'בערל האלט זיך נישט ביים ברעכן, האט מען אים צוגעזאגט גדולות ונצורות, אז מ'וועט אים מאכן א מלוה מלכה פאר זיין ישיבה (ליין: טאש) דעם פארגאנגענעם מוצש"ק, האט ער זיך עטוואס געבראכן און געזאגט אז ער וועט טראכטן דערין
ווען ס'איז אדורך א וואך און קיינער האט אים נישט געזאגט וואס ווייטער וועגן די מלוה מלכה, האט ער זיך דערזען קרח מכאן וקרח מכאן, דא וועט ער ווערן אויס נייטראל, און דא וועט ער נישט מאכן קיין טאלער, איז ער ווייטער געווען אין א דילעמא
אבער מיטוואך האט אים מענדל שווימער גערופן זיכער מאכן אז ער קומט, און ער האט דאס מדעת עצמו אריינגעשריבן בלויז אין די נייעס אין איד, און נישט אין די מודעה, לערבב השטן
למעשה איז ער טאקע געבליבן מיט די צונג אינדרויסן, קיין פרוטה האט ער נישט געקריגן פון קיינעם, און זיין ברייטן פרצוף איז ווידער ארויס אין פובליק צו קריגן מיט א מרא דאתרא.
פארגעסן צוצולייגן, ער האט געהאט מורא'דיגע פרעשור פון זיין משפחה נישט צו גיין, זיינע איידעמער און קינדער ווילן לעבן א נארמאל לעבן און נישט זיין קיין קנעכט צו די קאמפאני, אבער די בלויזע הבטחות האבן געטוהן דאס זייעריגע, און יעצט באויינען זיי דאס.
אז זייט ער איז איינזייטיג איז זיין שוהל ממש ליידיג, נפתלי בלומענפעלד לויט בלויז קיין ראדני, אלע זאליס האבן אים באלד אפגעלאזט, און ווידער די אהרונים קוקן אים נישט אן, ער האט אויפגעזאגט פון בעל קורא דעם טייערן איד מו"ה חיים דוב בלוישטיין הי"ו און נאך אסאך טייערע אהרונים זענען פון דארט אנטלאפן. אזוי ווייט אז יום הקדוש ביי מוסף איז נישט געווען גענוג לויים צו וואשן די ברייטע הענטעלעך פון די משפחת הקאצלעך
 |
|
|