| נשלח ב-25/12/2007 09:13 |
|
| |
זאלונישע קינות: ציטאטן פון בלומענפעלד'ס דרשה!
אין דעם אשכול זאל דער עולם נאכברענגען די אינטערעסאנטע ציטאטן (קוואוטס) פון בלומענפעלד'ס היסטארישע דרשה, וואס טוט אזוי דראמאטיש אראפלייגן דעם שרעקליכן מצב וואס הערשט ביי זיי, און די גרויסע זארג וואס זיי האבן, אז פאר זייערע קינדער אינטערעסירט די גאנצע רביסטעווע ווי א לאך אין קאפ.
תוקן על ידי געשמאק ב- 25/12/2007 9:15:14
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2007 09:17 |
|
| |
ס'איז אבער דא א עולם, באמת וואוילע בחורים, וואס זיי פרעגן א קשיא, אפשר אז מען ארגאניזירט זיך, מען קומט זיך צוזאם. דאס איז נישט אפשר אזוי פארטיי? מ'איז מחזק די פארטיי
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2007 09:19 |
|
| |
טאמער וויל מען נאר א קהלה ווייל מען דארף א קהלה לשם קהלה, צו קענען ווייזן אז מען האט א גרויסן עולם, איז עס הבל הבלים...
ווען ס'איז נאר א צוזאמקום פון מענטשן אז מען זאל קענען ווייזן וואסערע עולם מען האט איז עס הבל הבלים...
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2007 09:23 |
|
| |
א טאג ווי כ"א כסלו, ס'איז בעתו ובזמנו, וואס דער תכלית דערפון איז לחיזוק לתורה ולאמונה, לאמיר אונז אויך אזוי טון. איין פראבלעם וואס ווערט פאר טייל מערערים איז א פראבלעם ווייל דער רבי וועט זיצן בראש. דאס איז דער פראבלעם. ס'וועט זיין צו א גרויסער חיזוק פאר די רביסטעווע
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2007 09:25 |
|
| |
ס'איז א געוואלדיע מצוה צו מחזק זיין די זאך. דאס איז נישט פארטייאיש. דאס איז א מצוה מחזק צו זיין. ווען מען איז מחזק דעם ציבור, מען איז מחזק דעם רבי'ן, מען איז מחזק די זאך, האט מען מחזק געווען די נקודה פונעם רבין זכרונו לברכה
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2007 09:31 |
|
| |
מ'רייסט מיר אראפ דעם קאפ, פארוואס הערשט ביי די בחורים אז אומאינטערעס, פאר דעם גאנצן חבורה, לא איכפת ליה, ס'אינטערעסירט אים נישט גארנישט, פארוואס הערשט אזא אומאינטערעס? נו וואס זאל איך טון, איך פרעג אלץ די מענטשן, וואס זאל איך טון?...
יא, אבער די זאך, אז ס'ווייזט לא איכפת, טאמער איז יעדער בחור צופרידן צו דאווענען אין זיין בונקער, אין זיין לאך, אין זיין בית המדרש'ל דארט, וואו אימער אין וויליאמסבורג, איך וויל נישט אויסרעכענען אלע מיני שמות, ער האט קיינמאל נישט קיין אינטערעס אריינצוטרעטן אינעם רבי'ן ז"ל'ס ביהמ"ד, וואס וועט זיין די עתידות פון די נקודה פונעם רבי'ן זכרונו לברכה?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2007 09:34 |
|
| |
מ'רייסט מיר דעם קאפ אראפ, איז וואס זאל איך טון זאג איך? איך דארף ווייטער רעדן וואס מען דארף רעדן. פארקויפן נארישקייטן? פארקויפן שקרים וכזבים? וועלמיר פארקויפן דמיונות? פארקויפן פאר'ן עולם אנוכיות? עגאאיזם, נאכאמאל ווי גרויס מען איז, ווי הייליג מען איז, ווי מעכטיג מען איז, ברבבותינו, נאכאמאל און נאכאמאל, כנוסח הגוים, וואס מען האלט אין איין פראפאגאנדען ווי שטארק מען איז, ווי גרויס מען איז, דאס איז נישט דרך ישראל סבא.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2007 09:37 |
|
| |
אבער ס'איז אמת אז ס'איז דא אזא זאך, ס'ליגט אבער א טענה אין די מענטשן, אז ס'איז נישטא קיין אינטערעס, וואס וועט זיין דער סוף???!!! וואס וועט זיין מיט די נקודה פונעם רבי'ן זכרונו לברכה? ס'איז אמת די טענה.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2007 09:42 |
|
| |
כ'האב שוין דערמאנט אז טאטעס האבן זיך מיר אפגערעדט, מען דארף רעדן פאר די בחורים, פארוואס פראוועט ער א שלש סעודות מיט די המוני עם, מיט די פראסטאקעס, אין אלע לעכער זיצט מען, מען שמועסט אפ דברים בטלים, מען האט זיך געטראפן מיט די פרענדס און אפגעשמועסט דברים בטלים ביי שלש סעודות. ס'ווערט דער זמן, מען כאפערט אפ א מעריב, מען כאפט א ציגארעטל, אזוי ווי די פורקי... איך וויל נישט זאגן פורקי עול, אזוי ווי די המוני עם, ארבעטס מענטשן וואס האבן נישט קיין ברעקל קאפ אויפ'ן פלאץ...
כמה וכמה עלטערן וואס קרעכצן אויף דעם. וואו לויפט מען? ווען מען לויפט לערנען איז נאך א האלבע צרה. מען לויפט דאך נישט לערנען. מען לויפט כאפן א ציגארעטל
_________________
|
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2007 09:46 |
|
| |
מען זאל זיך צוזאמקומען אין ביהמ"ד. ס'זאל זיך צוזאמקומען דער עולם ביי שלש סעודות, ברב עם, אין רבי ז"ל'ס ביהמ"ד...
שלש סעודות וויל איך פראווען אינעם ראדני ביהמ"ד וואס איז געווען דעם רבי ז"ל'ס ביהמ"ד, צוזאמען ברב עם, ווי א גרעסערער ציבור, אלץ א גרעסערער כבוד שמים.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2007 09:49 |
|
| |
אז די עסקנים פילן יא, מען טוט וואס מען דארף טון, דער ענין אז די בחורים ווייזן ארויס אז דער רבי ז"ל'ס זאך איז ביי זיי א זאך. ער איז גרייט צו ערשיינען יעדן יעדער איינער בלי יוצא מן הכלל אין ראדני, צוזאמען ביי שלש סעודות, א געוואלדיגע זאך, א געוואלדיגער הכרת הטוב...
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2007 09:50 |
|
| |
מען נוצט אלץ דעם רבי'ן זכרונו לברכה אויסצושטעכן יענעם די אויגן....
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2007 09:53 |
|
| |
ווער ס'דערהערט נישט וואס כ'האב מסביר געווען, וואס די חשיבות איז יא צו זיין ביי די שלש סעודות יעדע וואך אין ראדני, קוקט אויס אז ער איז א פלעינער כפוי טובה, און ס'איז נישטא צו וועם צו רעדן
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2007 09:56 |
|
| |
ס'איז דא א תירוץ: איך קען נישט שטיין ביי שלש סעודות, מען קוקט אויף מיר. ווער קוקט? פון וועמען האט מען מורא? טוט א מענטש ריכטיג דארף מען מורא האבן פאר בני אדם?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2007 10:01 |
|
| |
ווען מען קומט יא אמאל אין ביהמ"ד, יעדער פאלט דאך אמאל אריין, אינדערוואכן צו שבת, און ער שטייט מיט זיינע חברים און פלוישט אריין אינמיטן דאווענען, אינמיטן קריאת התורה, און ערליכע אידן האלטן עס נישט אויס, ס'טראפט זיי בלוט פון הארץ, און ער קוקט אים אן, דער בחור איז דאך אזא מין באם, ער קען אריינרעדן א האלבן דאווענען שבת. וואס האט מען דארט נישט מורא אז מען קוקט אויף אים? נאר ווען מ'שטייט און מען זינגט זמירות ביי שלש סעודות, צו מען הערט די תורה ביי שלש סעודות, דעמאלטס האט ער מורא אז מען קוקט אויף אים
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2007 10:04 |
|
| |
(אינסטראקשנס, וויאזוי מען דארף זיך אויפפירן ביי א טיש:)
איך בעט דעם עולם זיצן מיט געדולד, מען וועט רעדן דברי תורה...
מען זאל עס אויסהאלטן, מען וועט נישט מאריך זיין צו לאנג, זיצן מיט געדולד, מיט דרך ארץ, ס'זאל ארויסקומען פון די מסיבה א ריבוי כבוד שמים
_________________
|
|
|
|
|