| נשלח ב-25/12/2007 10:07 |
|
| |
די זעלבע זאך איז מוצ"ש. ס'איז א כבוד הציבור, אז דער ציבור דארט, בפרט ווען דער רבי רעדט, און נאכדעם, מען טאנצט צוזאמען, אז ס'זאל זיין אן עולם, ווי מען זאגט, אז ס'זאל ארויסקומען א ריבוי כבוד שמים פונ'ם מוצ"ש אויכעט
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2007 10:11 |
|
| |
מיר איז די מערסטע אינטערעסאנט אז ער לאכט אפ פון די בחורים וואס שעמען זיך צו שטיין ביים טיש, און ער פרעגט, שמועסן ביים דאווענען שעמסטו דיך נישט? פונקט ווי דו שעמסט דיך נישט צו שמועסן ביים דאווענען, שעם דיך נישט צו שטיין ביים טיש....
רבונו דעלמא כולא, מרא דבשמיא, שטעלט זיך אויף א מנהל הישיבה, מקלאמפערשט איינער וואס לאכט פון חסידות און פון פארטייען, כלומערשט אן ערנסטער מענטש, א פארשטייער, א חכם מער פון יעדן, און עס פאלט אים גארנישט איין מעורר צו זיין אויף דעם אז די בחורים שמועסן אפ א האלבן דאווענען, נאר אדרבה, ציט גאר דערפון א פארגלייך, אז פונקט ווי מען שעמט זיך נישט יענץ צו טון, זאל מען זיך נישט שעמען צו שטיין ביים טיש
אבער פארגעסטס נישט, יענץ זענען די "רעבעזכיסעיגענלייני אידן", דארט זוכט מען דעם עתיד פאר די "נקודה פון רבי'ן זכככככככככככככככיתו יגגגגגגגן עליייינננננננע
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2007 03:04 |
|
| |
כבר היה בעולמים, אין די ישיבה קר"י אין די יארן בשמ"ח - תש"ן האט מען טערארזירט בחורים וואס זענען נישט געגאגן צום טיש פין רבינו בעל ברך משה זי"ע, און עס האבן זיך גרופירט בחורים באוויסטע שלעגער ווי מען פלעיגט זיך צוזאם קומען אינעם בעיסמענט פון מהר"א יעדן פרייטאג נאכט עסן טשאלענט און ארויף געברענגט די מורדים אויפן טיש, און ווער עס איז נישט געגאנגען און זייער פיסטריט איז געווען אחת דתו להמית, און אלעס איז געווען מטעם ה(ראש)ישיבה.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2007 03:47 |
|
| |
חייםחייקל, די קענסט נישט געדענקן אזא זאך פאר צוויי סיבות
1 עס איז קיינמאל נישט געווען
2 די ביזט נאך נישטאמאל געווען אין די פעמפערס דעמאלטס
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2007 03:55 |
|
| |
יא גאסט, דאס קענסטו פארקויפן פאר דיינע חברים אז ס'איז קיינמאל נישט געווען טאקע ווייל זיי זענען ניטאמאל אין די פעמפערס געווען (כלשונך) אבער איך וואס איך האב געלערנט דעמאלטס אין די ישיבה קענסטו נישט פארלייקענען.
|
|
|
|
|