עס רייסט טאקע ביים הארץ אבער אבער איך האלט אז זיי גיט געטוהן אז מ'האט ארויסגעווארפן זיינע קינדער ואכמ"ל איך האלט ער זאל זיי שיקען אין א מוסלומענער סקול.
_________________
Stop Hillary Express
נשלח ב-26/12/2007 16:56
ס'האט מיר אויך זייער באנימען ווען איך האב געזעהן די בילדער ווי די קינדער פון משה ארי' פרעידמאן שטיייען אינדרויסן פון זייער סקול און דער גארד לאזט זיי נישט אריין, יא, ס'איז א אומאנגנעים בילד, אבער ווי איך פארשטיי, אויב וואלט ווען איינע פון די שרייבער'ס דא געהאט א מוסד ווי פריעדמאן'ס קינדער וואלטן געלערנט וואלט ער געטוען דאס זעלביגע,
ער רעגט אויף אלע אידן, אלע מייניך אלע, פרומע ווי נישט פרומע, די אלע וואס האבן דארט קינדער ווילן נישט אז זייערער קינדער זאלן זיך חבר'ן מיט די פריעדמאן-קינדער, ער איז א שעדליכער מענטש, ער האט שוין פאר'מסר'ט די קהלה דארט אין וויען, און עס פעלט זיי נישט אויס אז ער זאל זיך דרייען ביי זיי, ווי יעדער פארשטייט, והעולה על כלנה, יעצט איז ער געווען אין איראן פאר צוויי חדשים צוזאמען מיט זיינע קינדער, עס איז געווען דא לעצטענס א ווידיאו וואס איינער האט געלייגט ווי ער קישט זיך אום שבת דארט מיט אכמענידאנידזשאד, ער, און עקסטער יעדע פון זיינע קינדער, פרעג איך אייך, ווער פון ענק וואלט ווען געוואלט אז זיינע קידער זאלן לערנען צוזאמען אין חדר מיט אזעלעכע קינדער, דער מוסד שטייט אויס פון דריק פון "אלע" אירע עלטערן אז די קינדער זאלן נישט דארט לערנען, און ווען איר זענט ווען פון איינע פון די עלטערן וואלט איר פארלאנגט דאס זעלביגע,
איך האב שטארק רחמנות אויף די קינדער, אבער זייער טאטע האט דאס געטוען מיט די אייגענע האנט, עס איז די אחריות פון די מוסד צו טוען די פאלגענדע שריט, אויב ווילן זיי ווייטער אנהאלטן,
איך זאג די זעלבע זאך צו די צוויי-דריי קליינע סאטמארע קעפ אין דעם אשכול. איר דארפט נישט אוט-ציוניזן די ציוניסטן.
די ציוניסטן האלטן אז ס'איז זייער ברוטאל דאס צו טאן מיט זיינע קינדער. די סאטמארע דא ווילן זיך ווייזן אז זיי זענען פויבסטליכער פונעם פויבסט.
חברה טייערע, מר. פריעדמאן איז נישט קיין משומד, ער איז נישט קיין מסור. בסך הכל האט ער זיך געטראפן מיט איינעם וואס איז זיינס גלייכן, דעם גייסטיש-צורודערטן אכמעדינידזשאד, וואס חוץ זיין א דעמאגאג קען ער גארנישט טאן. (דער איראנער פרעזידענט האט נישט קיין שום פאוער. דער פאקטישער איראנער פירער איז דער אייאטאלא, וואס קאנטראלירט דאס מיליטער, און די נוקלעארע פראגראמען.) ס'איז געווען מצא מין את מינו, דעטס איט.
ס'איז דא גענוג משוגעים אויף די וועלט, וואס ווען זיי טוען א משוגענע זאך, ווייסט יעדער אז זיי האבן עס געטאן ווייל זיי זענען משוגע, און מען גיסט נישט אויס דאס כעס אויף די קינדער. דא איז גארנישט אנדערש.
תוקן על ידי געשמאק ב- 26/12/2007 17:42:06
נשלח ב-26/12/2007 17:56
די בילדער האבן מיר געברענגט טרערן אין די אויגן.
אזא רחמנות צו צוקוקן.
און מאדיאר, וואס באמבלסטו נאך ווי א שוטה הוצאת ספרים מבית הספר? דאס איז געזאגט געווארן אויף איינעם וואס בית דין האט אריינגעלייגט אין ח'. נאר דארט מעג מען ארויסווארפן זיינע קינדער פון חדר. דא רעדט זיך פון א מענטש וואס איז נישט געשטעלט געווארן פאר א בית דין, כדי דן צו זיין איבער זיין גורל, און ווער רעדט נאך איבער דעם גורל פון זיינע קינדער.
תוקן על ידי קריתיואלער ב- 26/12/2007 17:57:32
נשלח ב-26/12/2007 18:24
קוקטס וואס דער מהרש"ל זאגט איבער ארויסווארפן קינדער פון א תלמוד תורה, און דא רעדט מען פון קינדער וואס זייער טאטע איז שוין אריינגעלייגט געווארן אין ח' דורך א בית דין, מיט שווארצע ליכט, און נישט איינער וואס איז געפארן צו אכמעדינידזשאד.
והנה מהרש"ל ביש"ש פ' יו"ד דב"ק סי' יו"ד השיג על תשובת רב פלטוי גאון שיש לגזור על אשת המוחרם שלא לילך לבה"כ ולגרש בניו מבית הספר וכ' חלילה במה שכל העולם אינו מתקיים אלא בהבל תינוקת של בית רבןוכו' גם מ"ש להוציא אשתו מב"ה אם הוא חטא היא מה חטא וכו' ומסיים בסוף וז"ל אבל לעשות נזיפה לאשתו אם לא יצא עלי' שום בישא ולא שום סרבנות פשיטא ופשיטא דלא עבדינן לה מידיוכן להוציא בניו מן המדרש או מן הישיבה חלילה וחלילה וכן פ"א בא מעשה לידי שכ' לי חכם וזקן בדורו בעל הוראה שאוציא בני המוחרם מהישיבה ולא השגחתי בו כל עיקר עד כאן לשונו מהרש"ל
תוקן על ידי קריתיואלער ב- 26/12/2007 18:34:10
נשלח ב-26/12/2007 18:48
די עלטערן פון יענעם מוסד האבן א ווארט, ווען זיי פארלאנגען אז זיי ווילן נישט אז זייערע קינדער זאלן גיין אינאיינעם מיט זיינע קינדער זענען זיי די בעלי בתים,
איך גלייב אז עס וואלט דיר נישט געשמעקט אז זיינע קינדער לערנען מיט דיינע אין איין קלאס, וואלסט זיכער געזאגט אז ער זאל זיך גיין אין א צווייטער חדר, נישט ביי דיר, די זעלבע זאגן זיי,
נשלח ב-26/12/2007 19:36
קרית יואלער גראדע האט אים א בית דין בראשות הרב קרייזווירטה אריינגעלייגט אין ח שוין מיט א פאר יאר צוריק.
אבער אויף די קינדער איז א שרעקליכער רחמנות נעבעך.
נשלח ב-26/12/2007 20:04
שיע, די שאלה איז צי מען דארף קרעכצן און זיך צוקוקן גלייכגילטיג וויאזוי אפאר קינדער ווערן צוביסלעך גייסטיש אראפגעפירט פון זינען.
ווייל איך האלט אז דאס גייט געשען מיט די קינדער.
_________________
נשלח ב-26/12/2007 20:28
דער עולה שרייעט עד לב השמים,
די וואס נעמען זיך אן פאר די עולה וואס עס איז געשען מיט ענק! האט עטס פארגעסן אונזערע ווארצלען אז אידן זענען רחמים בני רחמנים, אברהם אבינו האט געבעטן פאר די שטאט סדום וואס איז געווען פיל מיט רשעות, און דא רעדט מען פון אידישע קינדער.
נשלח ב-26/12/2007 20:37
מען האט אים קיינמאל נישט אריינגעלייגט אין אן אפיציעלן ח', נאר מען האט געפסקנט אז מען טאר אים נישט מצרף זיין צו מנין.
און אפילו ווען מען לייגט אריין אין ח', זאגט דער מהרש"ל אז חלילה וחלילה צו טשעפענען מיט די קינדער תינוקת של בית רבן.
_________________
נשלח ב-26/12/2007 21:39
פאר 3 יאר צוריק האט מען אים נישט געלאזט מאכן א ברית ביי ר' לייביש לייזער'ס ביהמ"ד שבת
דא איז א אויסשניט פון צייטונגען פון דעמאלטס