| נשלח ב-26/12/2007 18:13 |
|
| |
לעצט ביסל פארבליבענע אריזאנע ווייץ אויך פארשימלט
לויט ווי עס הייסט יעצט גייט מען א שווייג פון די גאנצע זאך אז אפילו די לעצטע ביסל ווייץ פון אריזאנא איז אויך פארשימלט, און מען גייט נוצען נאר די פון ארעגאן, און איינרעדן די עולם אז דאס איז די הייליגע אריזאנא.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2007 18:30 |
|
| |
פארלעסליך איז אזוי ביזי צו עקטן ווי א סאטמארער חסיד, אויף דעם זאלונישן פארום, אז אסאך מאל פארגעסט ער זיך, און ער נוצט זיין סאטמארן ניק פאר זיין אמת'ע אגענדע, צו בויען די זאלונים.
פארלעסליך האסט טאקע זייערע געשמאקע געבעקסן, אבער די יאר וועלן נאכאמאל הונדערטער אידן האבן די זכי' צו עסן די מהודר'דיגסטע מצות וואס איז נאר דא צו באקומען אויפ'ן מארק, צו דו ווילסט צו דו ווילסט נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2007 18:47 |
|
| |
ארגינעלער, איין טעות נישט הונדערטער נאר טויזענטער אידן
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2007 18:51 |
|
| |
אפשר מיליאנען? רוף מיך צו די"ת אויב נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2007 19:00 |
|
| |
יעצט געהערט פערסט הענט פון א זאלי אז די ארעגאן ווייץ איז אויך פארשימעלט געווארן......
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2007 19:08 |
|
| |
ס'געפעלט מיך די וועג ווי אזוי די זאלי'ס ארבעטן,
מ'פלאגט זיך א גאנץ יאר צו פארקויפן אז די אריזוינע ווייץ איז חמץ גמור און ווען זיי זעהן ווי מיס זיי זענען נעבך אויסגעשפילט געווארן ווייל די וועלט האט אנגענימען אז ס'איז גאר א הידור די אריזוינע ווייץ, גייט מען איין רעדן א נייע מעשה פאר די וועלט וואס זיכט די מהידור דיגע אריזוינע ווייץ,
עטס זאלסט וויסן אז מ'געט ענק נישט אריזוינע ווייץ מ'פאר נארט ענק מ'געט ענק ארגען,
נארנים עטס זעהטס נישט פאריאר האט ענק נישט געלינגן עטס ווילטס טרייען נאך א יאר???
און האבן נאך א פראסק
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2007 22:12 |
|
| |
שוטים, ארעגאן האט שוין די סאטמארע בעקעריי שוין אויך גענומען פאר יארן צוריק, סא וואס איז די גרויסע חידוש דערפון? די עיקר איז אז די אריזאנא ארבייט זיך נישט אויס, און אלעס איז געגאנגען לטמיון, און עס פאסט נישט מודה צו זיין.
און צו דיר ארגינעלער, וואס איז א חילוק וואס איך בין, קבל את האמת ממי שאמרו, איך נעם אן פון ביידע פארטייען וואס איז אמת, תוכו אכל וקליפתו זרק, און פון די טפשות און ליצנות מאך איך חוזק, דעטס אלל!
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2007 22:24 |
|
| |
האלאו, מר. פארלעסליך,
די אריזאנא ווייץ מאכט דיר שפרינגען? דאן פלאַץ!
הערליכע ווייץ איז ארויסקימען היי יאר פון אריזאנא, טויזענטער ערליכע אידן גייען עס אי"ה ניצן דאס יאר פסח, און פארשטייט זיך אז די ווייץ פון ארעגאן גייט מען אויך ניצן, עס איז אויך אזוי ווי די אריזאנא ווייץ און עס איז א שטארקער הידור, איך ווייס אז עטס האט אויך "אמאל" גענימען פון ארעגאן, אבער דא האט מען איינגעבויעט און מ'וועט עס אי"ה ניצן יערליך, סיי פון אריזאנא און סיי פון ארעגאן, וויבאלד מ'האט נישט גענוג פון אריזאנא,
היי יאר האט שוין סאטמאר ב"ה א מצה בעקעריי אין וויליאמסבורג אויך, און עס וועט זיין דארט אויך צובאקימען - אזוי ווי אין אנדערע גרויסע מצה בעקערייען - מצות פון אריזאנא ווייץ,
און נאכאמאל, אויב איז אריזאנא ווייץ דיין ווייטאג, דאן האסטו פארוואס צו בליטיגן....
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2007 22:31 |
|
| |
לעבעדיגער, אויב גייסטו עסן פון אריזאנא ווייץ, גייסטו עסן מצה באושה (נישט גזולה...)
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2007 22:43 |
|
| |
איך גלייך שטארק ווען א מענטש רעדט מיט אזא זיכערקייט,
אפשר קענט איר מיר זאגן פון וואנעט איר נעמט אייער אינפארמאציע? איר ארבייט אין מצה בעקעריי? איר קנעיט אדער איר גיסט די וואסער?..
און אפשר קענט איר מסביר זיין פארוואס דאס ווערט שנעלער פארשימלט ווי לאנג אייילענד ווייץ?
מיר איז שטארק אינטערסאנט ווי א איד קומט זאגן א מעשה אן קיין שום מקור, די איינע סיבה איז ווייל עס שטעכט אום, רעדט נישט דערפון וועט דיר עס ווייניגער ווייטוען,
איך בין די וואך געווען אין די וויליאמסבורגער מצה בעקעריי אויף קענט עוו. און ס'איז דא דארט זעק אויף זעק מיט אריזאנא ווייץ, אינטערסאנט אז ס'האט נישט געשמעקסט פון קיין שימל דארט...
|
|
|
|
| נשלח ב-27/12/2007 02:07 |
|
| |
דער פארלעסליך איז אין צארן מיט רעכט ווי עטס וועט זען כדהלן
די זאליס האבן גענימען דעס יאר ווייץ נאר פין לאנג איילענד זיי (זישא כ"ץ )האבן געטרייעט צי נעמען קודם פין קאליפארניע ווייץ זיי האבן געמיינעט זיי וועלן כאפן דארטן דעם טאטער אין מען וועט גיט צי פיקסען דעם רבי'ן אבער דער יושב בשמים ישחק האט אנדערש געוואלט אז סאיז נישט דא קיין לשמה איז נישט קיין סייעתא דשמיא אין סאיז סהאט פעסט גערענגעט אין סאיז געווען פיל מיט מבוקעות זענען זיי צוריק געגאנגען ווי זיי פלעגן נעמען יעדעס יאר לאנג איילענד
צווייי וואכן פאר חנוכה מען עפענט אויף די זעק סאיז זיי געווארען פינסטער פאר דע אויגען דע ווייץ זענען פיל מיט מבוקעות מער ווי יעדעס יאר אויף א אסאך א העכערן פראצענט איך האב גערעדט צי א שיבער ז.ל. ה.וואס ער איז זייער באהאווענט זאגט ער מיר סאיז געווען תשעה באב
וואס טיט מען ניי ווייץ קען שוין נישט קויפן
אבער אז מען האט דעם קאפ אויפן פלאץ געט מען זיך א עצה מען גייט שרייען אז די אריזאנא ווייץ
איז ווערמיק פארשימעלט אין ממילא גם לי גם לך לא יהיה
יא יא פארלעסליך שוין צי שפעט שוין פיר וואכן וואס צענדליגער בעקרייען אין גרעטיער ניו יארק
ניצט מען פעסט אריזאנא ווייץ אזוי ווירביה"ק בעל דברי יואל זי"ע האט געוואלט אין קיינער האט נישט קיין פראבלעם מיט פארשימעלט א חוץ אפאר שימעלע זשאגאן חסידים
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/12/2007 02:21 |
|
| |
ביבער,
וואס האט שימעלע דזשיגאן מיט פארשימעלטע ווייץ?
תוקן על ידי מנהלרוחני ב- 27/12/2007 2:22:44
|
|
|
|
| נשלח ב-27/12/2007 02:36 |
|
| |
גזירה שוה שימעל-שימעל
_________________
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|