איך ליין דא די שטותים און הבלים וואס אומוויסענדיגע מענטשן
שרייבן דא בלויז מיט פילינגס און נישט מיט קיין פאקטן,
מען מישט צוזאם דאס וואס מען האט עם מרחק געווען וואס
איז אגב געטוהן געווארן בעידודו און בהסכמת רבינו הקוה"ט
בעל דברי יואל זי"ע, דאס מישט מען צוזאם מיט די עינויים אכזרים וואס
מען האט נעבעך געפאניקט דעם מענטש און עהם צו גענומען די קינדער
אויף א אכזריותדיגן אופן,
דאס איז צוויי באזונדערע פרשיות וואס האבן בכלל נישט קיין שייכות,
שאל אביך ויגדך, דער ניקלשבורגער רבי שליט"א, איז געווען אלץ אינגערמאן
א גאר קאנטראווערשאל פערזאן, ער האט אנגעפירט א חבורה וואס
איז געווען אזא קאלט במלא מובן המלה, מיט התבודדות, און מיט ווידויים
אויף די חטאים, דרכים אשר לא ראו ולא שיערום אבותינו,
ער האט אנגעפירט זיין חבורה אויף א מאדנעם גאנג,
און ווען טאטעס זענען געווארן אויפגעברויזט און האבן פארבאטן פאר
זייערע קינדער זיך אנצוהענגען אין עהם, האט ער געהעצט
די בחורים נישט צו פאלגן זייערע עלטערן, און דאס האט אויפגעטרייסלט
יעדען היימישן סאטמארער חסיד, ובפרט נאך עפעס א ביטערן אומגליק,
והדברים ידועים, און איך וויל נישט אין דעם מאריך זיין, אבער יעדער האט דאס דאן געוויסט,
און רבי נתן יוסף ז"ל, האט זייער ריכטיג געהאנדעלט ביי די פרשה,
ווידער ביי די פרשה פון שמואל פריעד וואס האט בשאט נפש צובראכן זיין
שלום בית, און געהעצט זיין (געוועזענע) ווייב און זיינע קינדער, דאס איז
געווען בלי שום ספק א אכזריות נוראה שאין לה דוגמתה, און נאר אדאנק דעם
שטארקן כאראקטער פון דעם ניקעלשבורגער רבין האט ער דאס געקענט
אדורך טראגן, (אגב, איך האב געהערט פון ניקעלשבורגער רבי שליט"א אז
ער איז מכיר טובה פאר כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, (קרית יואל'ער רב,
בשעת ער האט דאס געזאגט) וואס האט עם צוריק געברענגט די קינדער,
און איז געווען אינסטראמענטל אין דעם אז זיינע קינדער האבן שלום געמאכט
מיט עהם,
אבער ווי געזאגט, די צוויי פרשיות האבן בכלל נישט קיין שייכות, נישט די וועלט
האט זיך געטוישט, און קיינער פילט נישט קיין חרטה, רבי מיכל האט זיך געטוישט,
ער איז געווארן פון א קאלט אנפירער, פון איינעם וואס האט פראבירט גרעסער
צו מאכן זיין חבורה מיט העצן קינדער נישט צו פאלגן זייערע עלטערן, צו זיין א
בועט באביו וברבו, און דאס האט מען ב"ה אפגעשטעלט, היינט צוטאג איז ער
א רבי און א משפיע ווי אלע אנדערע רבי'ס, און ער מיט זיינע מעכטיגע
קוואליפיקאציעס איז זייער סוקסעספול, ער איז א גרויסער תלמוד חכם,
א גיטער רעדנער, א בעל מנגן נפלא, ער ציט צו זיך חסידים, און האט א שיינע
רביסטעווע, און א שיינע צאל חסידים וואס זענען זיך מסתופף בצל קורתו,
און שעפן ביי עהם אסאך רוחניות'דיגע תענוג ונחת, ונהנים ממנו עצה ותושי',
 |
|
|