|
|
| נשלח ב-28/12/2007 17:11 |
|
| |
עפעס בילדער פון די חתונה איז דא?
תוקן על ידי מנהלרוחני ב- 28/12/2007 17:12:24
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2007 17:39 |
|
| |
יעקעלע זיימוחל גיי אןיף סעמרינג אין רי דיך גוט אויס
ר' נתן יוסף האט קיין תורה נישט בטעות געמיינעט דעם שמי השם איז געווען לא נדעתי
אין וואס ער האט פארקויפט בשם דעם רבי'ן איז לית מאן דפליג
האט נישט קיין נאמנות די אלע מעשיות וואס די זאגטס וועגן א קאלט וכו.איז שו ושוא
נישט געשטויגען אין געפלויגען אלעס קומט פין אפאר אים פארגינערס
קוק אן די אלע וואס האבן געהאט טענות צי אים ווי זיי זענען אנגעקומען טייל צי הגז"ל
אין א טייל האב זיך געמאכט אייגענע רביסטווע
אין זיי מוחל גיי רעדט צי די אלע מענטשען וואס האבן זיך דארטן געדרייעט ביים ניקלשברוג רבי
זיי וועלן דיך אנקוקן נארוואס אראפ געקומען פון די לבנה
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2007 17:45 |
|
| |
שור שנגח, איך זע אויף יאנקעלע11 אז עטליסט איין מענטש גלייבט נאך איין ווארט פון מתי שוא... נעבעך
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2007 18:02 |
|
| |
שור און רבי יונה,
(איך האף אז דו ביזט נישט רבי יונה פיליפ ז"ל, ווייל ער האט גאנץ גיט געוויסט
וואס איך שרייב, ווען ער האט זיך אויפגעגעסן אז זיין זלמן לייב איז אריין
געכאפט געווארן אין די כנופי'),
על כל פנים, איר זענט ראצערלעך, אפרוחים שלא נפתחו עיניכם,
מיר דארף מען נישט, און מען קען מיר נישט איינרעדן,
איך שרייב דא פאקטן, אמתע פאקטן, פרעגט נאר אייערע עלטערן
וואס האבן געלערנט אין די ישיבה יענע צייטן,
בחורים פלעגן אויף זיין נעכט ביי מעכל,
זיך מתוודה זיין פאר עהם, פונקטליך מיט אלע פרטים,
ביודעי ומכירי קא-אמינא, איך שרייב נישט אין די וועלט אריין,
איך דארף נישט קיין מתי שוא וואס איז רובו שקרים,
איך שרייב נאר קלארע פאקטן וואס יעדער בחור האט געוויסט,
און לייקענען וועט דא נישט העלפן,
היינט צוטאג איז רבי מעכל א רבי ווי אלע רביס,
און ער איז בארעכטיגט דערצו,
ער האט די כשרונות,
און נוצט דאס אויס ווי עס דארף צו זיין,
איך אליין גיי צו זיינע טישן, (ווען ער קומט קיין בארא פארק)
איך בין פערזענדליך א נאנטער ידיד מיט עהם,
סא, פארקויפט מיר נישט קיין באבקעס,
צווינגט מיך נישט צו שרייבן דעם נאמען (אין ר"ת) פון דעם
אומגליק וואס האט פאסירט, וואס האט אויפגעשוידערט
יעדן רעכט דענקענדיקן מענטש, וואס איז געווען
אויסדריקליך א רעזולטאט פון זיינע נייע אויפגעקומענע דרכים.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2007 17:48 |
|
| |
אופפפססססס, א שור שנגח פראסק אויף די רעכטע באק,
און א קיינעהארע פראסק אויף די לינקע באק,
אבער... די פאקטן טוישן זיך נישט,
גלייבט מיר איר האט נישט מער ליב רבי מעכל ווי איך האב עהם,
איך בין א פערזענדליכער נאנטער ידיד מיט עהם,
איך גיי צו עהם און ער איז אפילו געווען ביי מיר אינדערהיים אויף א וואך נאכט,
אבער פאקט בלייבט פאקט, ער איז היינט שוין נישט מער קיין נשמות כאפער,
ער האט זיך געטוישט, און ער איז א נארמאלער רבי,
איך בין דעם שבת צו געגאנגען צו עטליכע אידן אין די מיד פיפטיס,
און מיך פונקטליך נאכגעפרעגט, איך האב חושד געווען אז מיין טאטע זאל זיין געזינט
איז חלילה עובר אויף "אין אדם מוריש שקר לבניו" האב איך פשוט געוואלט הערן
פון אנדערע אויך, און כולם בפה אחד ווייסן און זאגן אז דער רבי זי"ע איז זייער שארף
געווען אקעגן מעכל'ס חבורה, איך פרעג ר'... (איך האף אז ער ליינט נישט היידפארק, ווייל
אז יא, ווייסט ער גלייך מיין איידענדיטי) זאגטס נאר, געדענקט איר רבי מעכל לעבאוויטש
פון די ישיבה?, גיט ער מיר א שמייכל, אין זאגט אז יעדער אין מיין עידזש וואס האט געלערענט
אין סאטמאר געדענקט מעכלען פון די ישיבה, פרעג איך עהם זענט איר אויך געווען א
מעכעליסט? ווערט ער זייער ערענסט און זאגט מיר אז שוין 37 יאר איז ער נישט געווען
ביי רבי מעכל, און דערציילט מיר, אז ער איז געווען א בחור'ל און מען האט עהם אריין געשלעפט
צו מעכל וואס איז שוין דאן געווען א אינגערמאן, ער איז זייער ענציגט געווארן פון זיין דימינער,
פון זיין קאריזמע, ער האט זיך תיכף אנגעקלעבט אין עהם, ער דערציילט מיר ווייטער,
ס'איז געווען מיינע שענסטע טעג אין די ישיבה, ער האט פשוט אריין געברענגט א חיות אין די
בחורים, דאס זיך נישט אפווישן נאך די מקוה כדי די מים הטהורים פון די מקוה זאל בלייבן,
די לשם יחוד'ס פארן דאווענען, דאס לערנען אין ספרים דעם חומר העוון..., די שיינע הארציגע
ניגונים ביי די צוזאם קומען, די ווידויים, מען האט פשוט מורא געהאט צו זינדיגן, אבער אלעס איז
געווען בסוד גמור, די עלטערן זאלן חלילה נישט געוואר ווערן, און ווען זיין טאטע האט זיך פון
דעם דערוויסט איז ער אויף געשפרינגען און עהם אריין געשלעפט צום רבין זי"ע, און גיסט זיך
אויס דאס הארץ פארן רבין אז זיין בחור גייט צו מעכל, דער רבי גיט מיר א גלעט און פרעגט מיך
זאג נאר וואס זעהסטו ביי מעכל, און איך בתמימות ענטפער דעם רבין פונקטליך דעם גאנצן
הלוך ילך, וואס מען לערנט, וואס מען זאגט, און וואס מען שמועסט מיט רבי מעכל, איך בין
זיכער געווען אז דער רבי וועט מיר רעכט געבן, אבער דער רבי ענטפערט, הער מיך גיט צו
דאס איז נישט פאר קיין בחורים, בחורים דארפן זיצן אין לערנען, לאז דיך אפ פון די חבורה,
און דער רבי גיט א שטעל אויף און זאגט מיר זייער שטרענג, "איך אסער די איבער צו טרעטן
זיין שוועל" איך וויל נישט אז קיין איינער פון מיינע בחורים זאלן זיין ביי עהם, דאס איז א
געוואלדיגע סכנה,
וואס זאל איך דיר זאגן, זאגט ער מיר ווייטער, דא דאזיגע ווערטער קלינגען נאך אין מיינע אויערן,
גלייב מיר אז נאך היינט בענק איך מיך נאך די גיטע צייטן, און איך שלאג מיך כסדר מיט
די דעה, זאל איך גיין צו עהם, דער רבי האט דאך געזאגט אז "בחורים" זאלן נישט גיין
צו עהם און איך בין דאך שוין נישט קיין בחור, אבער מיר האט דאך דער רבי זי"ע
קלאר געזאגט "איך אסער דיר אריבער צו טרעטן זיין שוועל" און דער איסור איז דאך
בתוקפו, און איך האלט מיך צוריק צו גיין צו עהם, פרעג איך עהם, וואס טיט זיך מיט
שידוכים, זיי האבן דאך געטון די שענסטע שידוכים, זאגט ער מיר, זיי נישט קיין נער
רובא דרובא פון זיינע אנהענגער זענען געווען די בעסטע בחורים פון די ישיבה,
דאס סמעטענע (כלשונו), פון די מובחרים פון די ישיבה, אבער כמעט יעדער האט
געדארפט אריין צום רבין צו זאגן בכל חומר הדין אז זיי וועלן זיך אפלאזן פון עהם, און נאר
אזוי איז דער שידוך געווארן, ער טראגט מיך צו צו איינעם פון די חשובסטע אידן ביי אונז אין
53 און זאגגט עהם י... דערצייל עהם נאר וויאזוי ס'איז צו געגאנגען דיין שידוך בנוגע מיכל,
דערציילט ער מיר אז זיין שווער איז זיך געווען שואל עצה זיין מיט רבין זי"ע וועגן דעם שידוך, אבער
ער האט מורא געהאט ווייל מען זאגט אז ער איז א מעכעליסט, זאגט עהם דער רבי, קים צוריק אין
דריי טאג וועל איך דיר ענטפערן, דער רבי לאזט מיך רופן און פרעגט מיך צו איך גיי צו מעכל,
נו, איך האב דאך נישט געקענט לייקענען, ענטפער איך אזא שטילן יא, הייבט דער רבי אן
צו שרייען אויף מיר, ווייסטו דען נישט אז איך לאז נישט גיין צו עהם?, איך האב אנגעהויבן
צו ציטערן, מיינע ציין איז געווארן דא לדא נקשן, איך האב אנגעהויבן שטארק צו וויינען,
הייבט מיך דער רבי אן צו גלעטן און זאגט מיר, זאג מיר צו אז מער וועסטו צו עהם נישט
גיין, און איך האב צוגעזאגט פארן רבין, און ארויס געגאנגען פון דארט זייער דערביטערט,
אבער ביז אפאר טאג בין איך געוואר געווארן וואס דאס האט באדייט, און איך בין בשעטו"מ
געווארן א חתן,
קינדערלעך זיסע, מעגליך אז דער רבי זי"ע האט אויך געליינט דעם מתי שוא, און איז נשפע
געווארן פון די לויפערס, און אז רבי נתן יוסף ז"ל האט עהם פארדרייט דעם קאפ, אבער פון
אייער שרייבן זעה איך קלאר אז נישט נאר האט איר נישט געקענט דעם רבי'ן זי"ע, נאר איר
באגרייפט גארנישט וואס פאר א רבי'ן מיר האבן געהאט, דער רבי איז געווען דער חכם עדיף
מנביא, ווען דער רבי זי"ע האט געזאגט ביי די פתיחה זומער תשכ"ו, אז ווער עס זאגט אז
מען נארט עהם אויס, זאל וויסן אז ס'איז שטותים והבלים און ער איז עהם נישט מוחל בזה
ובבא, האט ער דאס ערענסט געמיינט, מען האט דעם רבי'ן געקענט אפנארן אויף א טאג
צו אויף עטליכע טעג, אבער תיכף איז דער אמת ארויף געשווימען און אך און ויי איז געווען פאר
די שקרנים, קיינמאל האט נישט אנגעהאלטן א אקציע וואס דער רבי האט געטוהן אדער געזאגט
וואס איז געווען מיסודו א פועל יוצא פון א שקר וואס מען האט פארקויפט פארן רבין, לענגער
ווי אפאר טאג, דער רבי איז אייביג געווען בצלילות דעתו און א מעורב בין הבריות, מען איז געקומען
צו עהם זיך דורעכשמועסן מיט עהם אלעס, און ס'האט קיינמאל נישט צו לאנג גענומען ער
זאל געוואויר ווערן דעם ריינעם אמת,סא, צו זאגן אז מען האט געהעצט דעם רבי'ן אין די
מעכל פרשה איז אבסורד,
דא דארף קלאר ארויס געברענגט ווערן אז דער רבי זי"ע האט קיינמאל נישט געהאקט אויף
רבי מעכל פערזענדליך, ער איז איז נאר זייער שטארק געעוען א קעגן א חבורה וואס איז געווען אן
א קאנטראל, א חבורה וואס מיסודו איז דאס געווען אז מען זאל זיך פירן אויף די אייגענע האנד,
אקעגן די הנהלת הישיבה, אקעגן די עלטערן, דאס האט דער רבי געזען פאר א חורבן,
ס'איז ידוע אז אין סאטמאר איז אנדערש וי אלע אנדערע חסידות, אין סאטמאר וועט איר הערן
וי איינער חזנ'ט זיך ביים עמוד "מלכותך ראו בניך, בוקע ים לפני משה" און די אנדער וואך
זאגט דער בעל תפלה, "מלכותך ה' אלוקינו ראו בניך, בוקע ים לפני משה", איינער זאגט
"ותחזנה עינינו בשובך לציון ברחמים" און דער צווייטער זאגט "ותחזנה עינינו "במהרה" בשובך
לציון ברחמים", דער זאגט "חנינו וענינו ושמע תפלתינו" און דער צווייטער זאגן "חנינו וענינו
ושמע "קול" תפלתינו", איינער זאגט, כי לישועתך קוינו כל היום, ברוך אתה..." און דער צווייטער
זאגט "כי לישועתך קוינו כל היום ומצפים לישועה" און דער דריטער זאגט גאר "כי לישועתך
קוינו כל היום ומצפים תמיד לישועה", פראבירט דאס נאר חלילה צו טוהן אין בעלז, סקווער,
צו אין וויזניץ, חלילה אנדערשט צו זאגן ווי דער רבי זאגט, כאפט איר גלייך א פליק אז איר פליט אוועק
פונעם עמוד כל זמן שהנשמה באפך, אבער לא הרי חסידות סאטמאר כהרי אנדערע חסידות'ער,
אין סאטמאר ווען מען האט געפרעגט דעם רבי'ן זי"ע בפרט נאך די קריג וויאזוי מען זאל זיך
פירן, איז אלץ געווען דער ענטפער, פרעג דיך נאך וויאזוי דיין טאטע האט זיך געפירט און אזוי
זאלסטו דיך פירן, דער אל תיטוש תורת אמיך איז געווען ביים רבי'ן זייער הייליג, און ביי מיכל איז
געווען דער יסוד, נייע וועגן און נייע דרכים, דרכים אשר לא ראו ולא שיערו אבותינו, און דאס האט
דער רבי בשום אופן נישט געלאזט, בכלל אויב איז סיי וואס געווען נגד די הנהלה האט ער דאס
פארשריגן זייער שטארק, ער האט דאס געלאזט נאר אויב מען איז זיך געקומען דורכרעדן
און דורכשמועסן, אויב האט מען סיי וואס געטוהן על דעת עצמם, איז דאס שוין געווען גענוג דאס
צו באקעמפן,
איר קענט ווייטער שרייען און מעלה גירה זיין אז מען זאגט נאך שקרים אין רבינס נאמען,
אבער דאס איז דער גרעסטער זילזול אינעם רבי'ן זי"ע, קיינעהארע "האט אליינס" געהערט
פון רבי נתן יוסף ז"ל אז אלעס איז ליגענט מתחילתו ועד סופו, און אז מען האט עהם "נישט
פארשטאנען", אוי ביסטו קיינעהארע א שקרן וכזבן, אדרבה לאמיך הערן וואס איז "ליגענט"
און וואס האט מען עהן "נישט פארשטאנען", זיי מסביר פארן עולם, אפשר וועלן מיר היינט צו
טאג יא פארשטיין, זיי מיר מסביר פארוואס איז מעכל געבליבן מיט קוים א מנין אינגעלייט וואס
ממש אלע זענען געווען צוקריגט מיט די עלטערן בו בזמן ווען בחורים האט ער געהאט גאנץ
א שיינעם עולם, הא?, נאר כפי שכתבתי, די אלע בחורים האבן געמיזט הייליג צוזאגן זיך
אפ צולאזן פון עהם, און נאר אזוי האבן זיי געקענט א שידוך טוהן, און נאר ממש געציילטע
יחידים האבן אנגעפיפן און ווייטער געבליבן ביי עהם,
ביז, ביז ער האט איינגעזעהן, אז לא זו הדרך, מען קען נישט כאפן קיין נשמות, האט ער
אנגעפאנגען מיט א נארמאלן דרך און זיך געבויט זיי חסידות צוביסלעך, און מיט זיינע
קוואליפיקציעס האט ער זיך זייער שיין ארויף געבויט, ער איז א מגיד נפלא, זיינע שלש סעודות
תורות זענען הפלא ופלא, זיינע הארציגע ניגונים כאפן פשוט די מענטשן, און דאס איז היינט
זיין הצלחה, נאכאמאל, "ער" האט זיך געטוישט און נישט מען האט חרטה אויף וואס מען האט
דעמאלטס געטוהן ווייל דעם רבינס א ווארט איז א ניצחי, און מען האט אויף דעם נישט חרטה.
אבער דאס נעמט נישט אוועק דאס אכזריות וואס מען האט געטוהן מיט דעם איד, ווען אפאר
מושחתים ונוכלים האבן עהם נעבעך געצאפט דאס בלוט, צובראכן זיין משפחה, און דאן
האט מען געזען זיין גדלות, בו בזמן ווען די מושחתים האבן עהם שופך דם געווען כמים, איז
ער ווייטער אנגעגאנגען מיט זיין עבודת הקודש, והוא שעמדה לו, די נוכלים מושחתים קיקט
יעדער היינט אראפ, און אויף כ"ק אדמו"ר מניקעלשבורג שליט"א קיקט יעדער מיט עהרע.
נ.ב. קיינעהארע, איך מיז מודה זיין אז איך בין זייער ענציגט און איבער גענומען פון די שיינע טיטלען
וואס גרויסע אידן האבן געשריבן אויף רבי מעכל, כמעט אזוי ווי ענציגט איך בין פון די טיטלען
וואס ר' משהעלע וויזניצער האט באקומען פונעם רבין דעם בעל דברי יואל זי"ע
ביים מזל טוב לכבוד דעם שידוך מיט אונזער רבי'ן שליט"א, און כמעט ווי ביי די טיטלען וואס ירושלים'ער רב שליט"א האט געשריבן ביים ברכת השנה פאר א יאר פארן ראש הגאזלונים
דער הגז"ל בכבודו ובעצמו,
איך האב געשריבן זייער בקיצור,
איך האף מיט דעם מסיים צו זיין די אישוי, איך ווייס אז מתוך שבחו בא לידי גנותו, און דאס
איז בכלל נישט געווען מיין כוונה, אבער והאמת עד לעצמו, ווען מען קומט מיט שקרים
וכזבים האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2007 19:23 |
|
| |
איך האב הנאה צו הערן אז מען האט דעים רבי'ן זי"ע נישט געקענט איינרעדן, אפשר געדעקסטו אויך די העצעריי וואס מען האט געהעצט דעם רבי'ן זי"ע אויף ירושלים'ער רב רבי משה ארי' פריינד זצ"ל און אז דער רבי זי"ע האט געשריגען אויף אים אז ער האט אים נישט געשיקט קיין ירושלים צו פירען טיש נאר צו פירן די ישיבה.
עס קען זיין אז ס'איז אמת וואס די זאגסט, די אידן לעבן נאך היינט און מ'קען זיי פרעיגן, איך ווייס נאר נישט וויפיל אידן פין 53 זענען געגאנגען צו מעכל'ן? און אויב וואלט דאס געווען אמת וואלט יעדער געוויסט דערפין.
אין וויליאמסבורג זענען דא אסאך אידן וואס זענען אלץ בחור געגאגען צו אים, ביי אינז אין ביהמ"ד לערנט פאהר א שיעור יעדע נאכט איינער וואס האט זיך אלץ בחור געדרייט ביי אים, און נאכדעים געווארן פין זיינע שונאים - וויל מען האט אים געפייניגט, ער רעדט אסאך דערוועגן ווי אזוי ער בענגט זיך צוריק יענע יארען, און ווי אזוי מען האט אים געהעצט און אפילו צוגעזאגט געלט אז ער זאל שרייבען קעיגן מעכל, און קיינמאל נישט געזאגט דאס אז דער רבי זי"ע איז געווען אזוי דערגעיגן.
עפעס שטימט נישט מיט דיינע "פאקטען"
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2007 19:27 |
|
| |
איך האב הנאה צו הערן אז מען האט דעים רבי'ן זי"ע נישט געקענט איינרעדן, אפשר געדעקסטו אויך די העצעריי וואס מען האט געהעצט דעם רבי'ן זי"ע אויף ירושלים'ער רב רבי משה ארי' פריינד זצ"ל און אז דער רבי זי"ע האט געשריגען אויף אים אז ער האט אים נישט געשיקט קיין ירושלים צו פירען טיש נאר צו פירן די ישיבה.
עס קען זיין אז ס'איז אמת וואס די זאגסט, די אידן לעבן נאך היינט און מ'קען זיי פרעיגן, איך ווייס נאר נישט וויפיל אידן פין 53 זענען געגאנגען צו מעכל'ן? און אויב וואלט דאס געווען אמת וואלט יעדער געוויסט דערפין.
אין וויליאמסבורג זענען דא אסאך אידן וואס זענען אלץ בחור געגאגען צו אים, ביי אינז אין ביהמ"ד לערנט פאהר א שיעור יעדע נאכט איינער וואס האט זיך אלץ בחור געדרייט ביי אים, און נאכדעים געווארן פין זיינע שונאים - וויל מען האט אים געפייניגט, ער רעדט אסאך דערוועגן ווי אזוי ער בענגט זיך צוריק יענע יארען, און ווי אזוי מען האט אים געהעצט און אפילו צוגעזאגט געלט אז ער זאל שרייבען קעיגן מעכל, און קיינמאל נישט געזאגט דאס אז דער רבי זי"ע איז געווען אזוי דערגעיגן.
עפעס שטימט נישט מיט דיינע "פאקטען"
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2007 21:10 |
|
| |
ביבער הייבט אן דעם אשכול אזוי:
"ווי יעדער ווייסט אוודאי איז ניקלשברוג רבי געווען ליידער געווען אויס געשטעלט פין אפאר סאטמערע רשעים ביטערע רשעות אין רציחה קעגן אים אין זיינע קינדער ל"ע וואס איז לא יאמון כי יספור. כ"ק אדמו"ר מסאטמער שליט"א האט כמה פעמים געזאגט אז אויף דע ביטערע פרשה איז נישט דא קיין תירוץ אפטיילען א טאטע פין קינדער אין נאך נאך וואס מען קען נישט ארויס ברענגען". עד כאן!
איך האב אבער א שווערע קשיא צו דיר ביבער: דיין רבי פארשטייט יא פארוואס ער האט געמעגט צעברעכן די משפחה פון הרב מ"נ וויינבערגער?
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2007 21:19 |
|
| |
ענטשולדיג וואס איך מיש מיך אריין,
די פראגע שטעלסטו צום אומריכטיגן פערזאן,
דו דארפסט דאס פרעגן פון מנחם וויינבערגער
און אביגדור ראזענבערג וואס זענען געגאנגען
צום דיסטריקט אטורני, פאר מסרן דעם ברודער/שוואגער,
אבער פארשפאר דיר צייט און לאז דיך אפ פון זיי
ווייל זיי וועלן דיר נישט קענען ענטפערן,
זיי ליידן נעבעך אויף אמניזיע,
פשוט און גראד זיי געדענקען נישט גארנישט,
אזוי האבן זיי געזאגט אין געריכט.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2007 22:44 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2007 23:58 |
|
| |
יענקעלע
זאלסט מיר שטארק אנטשולדיגען, דער רבי זי"ע האט קיינמאל זיך נישט אויסגדריקט עפעס קעגען ר' מעכיל.
איך האב גהערט א טעיפ ווי ר' נתן יוסף רעדט מיט ר' נפתלי לעבאוויטש ווי ער איז אים מודה אז ס'איז נישט אמת די אלע שמועות.
איך האב נישט קיין צייט יעצט מאריך צו זיין, אבער ביטע לערען איבער דעם ספר "דברי שלום ואמת" וועסטו געוואר ווערען א סך נייעס ...
דא האסטו א לינק
http://www.israel613.com/books/DIVRAY-SHULEM-VAEMES-NIKLSHBURG.pdf
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2007 00:06 |
|
| |
די וואס ווילן זיך כלאמפערשט אננעמען פאר זיין כבוד, זענען אים פשוט מבזה דא.
אויב מיינט מען זיין כבדו זאל מען רעדן וואסערע שיינע רביסטעווע ער פירט וכדומה.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2007 00:29 |
|
| |
איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געזען אזעלעכע קעלבלעך,
איך שרייב קלאר ארויס אז דער רבי האט קיינמאל נישט
אטאקירט רבי מעכל שליט"א, ער האט נאר נישט געלאזט
זיינע בחורים גיין צו עהם, קומט דא דער קיינעהארע און
ברענגט מיר א בריעוו פון רבי יוסף אשכנזי וואס שרייבט אז
ער האט געזען ווי דער רבי האט עם נישט גערודפט,
איי, איך פארשטיי נישט, וויאזוי מען זעהט אז מען רודפט נישט,
אדער זעהט מען אז מען איז מקרב, אדער זעהט מען נישט אז
מען רודפט, אבער גיי פרעג א קשיא אויף א מעשה,
על כל פנים קיינעהארע, שרייב אינטער מיין נאמען אויך אז
דער רבי זי"ע האט עהם נישט גערודפט, דער רבי האט נאר
אנגעשריגן זיינע בחורים וואס זענען צו עהם געגאנגען,
הער מיך אויס זרחי, איך האב איינמאל מיט יארן צוריק דורכגעליינט
דעם "דברי שלום ואמת", ווי אויך דעם "מתי שוא" און האב נישט
געקענט מחליט זיין וועלעכעס עס האט מער שקרים, עפעס האבן
זיי געמאכט א רעיס צעווישן זיך ווער עס קען באקן מער שקרים,
מיינע פאקטן זענען נישט באזירט אויף קיין איינע פון די ביכלעך,
מיינע פאקטן זענען קראנט, און אפילו דא האט קיינער נישט געלייקענט
אז:
1- דער רבי האט פארבאטן זיינע בחורים צו גיין צו עהם,
2- רובא דרובא עלטערן זענען געווען שטארק דערגעגן,
3- דאס גיין צו עהם איז געווען פאהוילן און באהאלטן מיט א מעכטיגן סוד,
4- און אז מעכל אליין האט געהעצט די בחורים זאלן נישט פאלגן די עלטערן,
נאר קומען צו עהם באהאלטענערהייט,
קיינער האט נישט געשריבן וואס רבי נתן יוסף ז"ל האט געלייקענט,
וואס איז נישט אמת? האט דער רבי יא געלאזט זיינע בחורים גיין
צו עהם?, ניין דאס האט ער קיינמאל נישט געזאגט, ווייסט איר פארוואס,
ווייל ס'איז קלאר ווי דער טאג אז ער האט נישט געלאזט,
און אויף דעם וועלן מעיד זיין אלע תלמידי וחסידי רבי מעכל,
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2007 01:16 |
|
| |
יענקעלע11,
איך טראכט אז אחרי ככלות הכל (דהיינו, נאכ'ן באזייטיגן דעם תאוות-הנצחון פאקטאר וואס האט זיך דא אריינגעריקט דורכ'ן נישט פארשטיין דעם מכוון פון דיין ערשטער תגובה) איז דא נישט פאראן קיין אמת'ער חילוקי דעות. אויב רבי מעכיל'ס מהלך מיט יארן צוריק איז געווען ווי דו שילדערסט, איז מסתמא אמת אז ס'איז געווען א "וועג אנדערש ווי מיר האבן געזען ביי אונזערע עלטערן און רבי'ס." די אנדערע מגיבים דא רעדן אבער פון די צרות וואס זענען דעם ניקלשבורגער רבי'ן אויסגעטיילט געווארן אין נאמען פון דעם דאזיגן "לא שערום אבותינו."
מיר האלטן היינט שוין לאנג נאכ'ן סיום פון דער דאזיגער פרשה, און קוקנדיג אויף צוריק באקומט מען כמעט אייביג א מער-קלארן בילד ווי ווען געפינט זיך דערין בשעת מעשה. דער אויפברויז ביי אידן וואס זענען אינדערצווישן אליין געווארן נרדפים פון "ארגענייזד קריים" איז פשוט זייער גרויס, און גיסט זיך אריבער אויף דער סיבה וואס האט די אומבארעכטיגטע רדיפות געברענגט.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2007 01:42 |
|
| |
אבי איינער פארשטייט מיך שוין,
טאקע נאר א קליין מענטשעלע,
אבער זה הקטן גדול יהי',
מענטשעלע כוונת אל המטרה,
ביזט גערעכט, מיר זענען כמעט נישט
מחולק אין די פאקטן,
אבער ווען שור האט אנהייב צוזאמען געשמאלצן
די צוויי ענינים, דאס פאניגן מיט רשעות ואכזריות דעם
רבי מעכל און צובראכן זיין משפחה צוגענומען פון עהם
זיינע באליבטע קינדער, מיט דעם פאקט אז ער האט אנגעפירט
א חבורה שאין רוח חכמים נוחה הימנו, האט ער עפעס צוזאם
קאמבענירט, און בארירט דעם כבוד פון רבי נתן יוסף ז"ל,
האב איך, אלץ א איש האמת, א פרינציפ מענטש, פארשטאנען
אז איך מיז דא צו לייגן א האנט צו קאריגירן דעם אומרעכט,
שמואל פ. מיט זיין רשעות האט לגמרי גארנישט געהאט מיט
זיין אנפירן די חבורות, זיינע מעשים תעתועים שרייט עד היום עד
לב השמים, והנה דמו נדרש, זיין בלוט האט זיך געגאסן, ווי וואסער,
אבער דאס האט לגמרי נישט קיין שייכות צו די עגמת נפשן וואס
די טאטעס פון די בחורים האבן דאן געהאט, און איך האב נאר געוואלט
אויסקרעגטירן די היסטאריע, והענין נגמר וסגור, ת.ו.ש.ל.ב.ע.
|
|
|
|
|