|
|
| נשלח ב-31/12/2007 06:00 |
|
| |
אויב ווילסטו דיך אננעמען אויף ר' נתן יוסף ז"ל'ס כבוד דעמאלטס זאלסט נישט לייקענען דער פאקט וואס ר' נתן יוסף האט די לעצטע 10 יאר געזאגט ביחיד וברבים אז די מעשה מיט כת שץ איז שוא ושקר, ער פלעיגט לערנען בחברותא מיט הרה"ג ר' מענדל האלפערט שליט"א דער ניקלשבורגער דומ"ץ און פאר ר' אייזיק שניצלער וואס האט אים באדינט האט ער כמה פעמים געזאגט אז מען זאל דאס מפרסים זיין.
ואחרי ככלות הכל דער טעיפ וואס זרחי האט דערמאנט א טעיפ וואס איך האב שוין אויך געהערט ווי ר' נתן יוסף ז"ל זאגט אז מען זאל מער נישט רעדן דערפון, און עס איז שקר.
איך וועל בקרוב ארויפלייגען דער טעיפ למען ישמעו ויראו, און מען זאל אויפהערן פארקויפן די שקרים וכזבים והענין נגמר וסגור ת.ו.ש.ל.ב.ע.
און ווען ר' מיכל וועט קומען צי דיין נעקסטע וואכט נאכט זאלסו אים אליין פרעיגן, און בלייב נישט אין 53 נאר גיי זיך אויף די אידן וואס האבן זיך ביי אים געדרייט און פרעיג פין זיי...........
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2007 07:09 |
|
| |
א בילד פינעם באקאנטעם צורר היהודים אין ארכי-טעראריסט שמואל פריעד, וועלכע גיט ציך נאך היינט אפ מיטן אלטען פאך פין אוועק נעמען קינדער פין די עלטערן, אין באד זיך טעגליך אין אידיש בלוט...

|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2007 07:30 |
|
| |
עס א חרפה און בושה ארויפלייגען א בילד פון דעם באקאנטען צורר היהודים, א (אום)מענטש וואס האט געשאכטען (ואתא השוחט) א גאנצע פעמיליע, וואס אין די היסטאריע איז נאך נישט פאסירט אזאנס און קיין רבנים דיינים מנהיגים זאלן נישט קיין פיפסט טאן.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2007 16:27 |
|
| |
איך האב אמאל געהערט בשמו וז"ל: איך האב פארברענגט מיינע יארן צו אינטערברענגען דעם סיגעטער און איך האב מיין אייגענע משפחה אינטערגעברענגט!
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2008 03:29 |
|
| |
מנשההפדהצי:
פאקטן פון יענקעלע11
1) דער רבי זי"ע האט נישט געלאזט גיין זיינע בחורים צו אים, אבער דאס מיינט נישט קיין רדיפות, א סתירה מני' ובי'
ביטע זאג מיר איין נאמען, וועמען דער רבי האט נישט געלאזט גיין,די פאקט איז וואס הגה"צ ר' אברהם לייטנער זצ"ל האט אסאך מאל דערציילט אז דער רבי האט אים געהייסן מסדר זיין אז רבי מיכל זאל פארלענען חסידישע ספרים אין ישיבה יעדן אינדעפרי, - ממילא ביטע דערצייל נישט פאקטן וואס שטאמען פון פאנטאזיע.
2) די עלטערען האבען נישט מסכים געווען זייערע קינדער זאלען גיין צו אים
ביטע רעכן מיר אויס איין טאטע וואס האט נישט מסכים געווען, אדרבה ואדרבה, די וואס די טאטעס האבען נישט מסכים געווען זענען טאקע מער נישט געקומען - איין טאטע וואס האט איבעגעקערט די וועלט, איז געווען ר' שלום לויפער, א יחיד במינו, וואס בחייו פון רבי' זי"ע, האט ער גענומען איידעמער דוקא פון פון ר' מיכלס חברה, און אפילו לאחר הסתלקות האט ער כמעט גענומען נאך א איידעם פון דארט, - נאר יענער האט שוין נישט געוואלט הערענדיג די מעשים טובים פון די בני לויפער, וואס האבען באארבעט דעם טאטן מיט די גאנצע וועלט
מימלא גלייב איך נישט די גאנצע מסורה פון יענקעלע11, מעגליך אז ער האט בכלל נישט א פעטער אין אמעריקע
אויך איז נישט מסתבר אז ניקלשבורגער רבי איז אמאל געווען ביי יענקעלע11 ביי א וואך נאכט, ווייל די סברה זאגט אז יענקעלע11 איז א אלטער בחור וואס האט נאך קיינמאל נישט חתונה געהאט, ווייל נאר אזא איינער טראגט זיך נאך היינט מיט אזלכע דאגות
ביטע פראביר נישט צו פאברעצירען פאקטען וואס זענען נישט געשטויגן, די ברייטע פאנטאזיע זאלסטו ביטע נישט מפרסם זיין, ווייל דאס טוט נאר נאר אויפדעקן דיין ריזיגען כח הדמיון
_________________
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2008 07:18 |
|
| |
דאסמאל איז יענקעלע11 100% גערעכט, נכרים דברי אמת, איך האב מיך נאך געפרעגט ביי עלטערע אידן וואס האבן געלערנט דאן אין ישיבה און זיי האבן מיר פה אחד געזאגט די זעלבע וואס יענקעלע שרייבט דא.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2008 16:22 |
|
| |
דער יענקעלע11 איז געוואלדיג
דא איז מעכל געווען ביי אים אויף א וואכט נאכט
דא האט ער פינקט אויפגענומען א רב אויף א היטש פין וויליאמסבורג קיין בארא פארק
דא איז ער געווען ביי א ברית אין קראלי ביהמ"ד ........
ווען די ווילסט זאגן דיינע בויך סברות, זייער פיין, אבער דערצייל נישט קיין (ליגענט) מעשיות אז מען זאל דיך מער גלייבען.
יעצט צום ענין
ס'איז טאקע אמת אז מען האט אזוי נאכגעזאגט בשם רביה"ק זי"ע, און דאס דערציילען אלע וואס האבן דעמאלטס געלערנט אין די ישיבה, אבער דער שקר איז שוין נתברר געווארן במשך השנים, טאקע דורך די וואס האבן דעם שם פארשפרייט, ממילא איז אבסורד צו קייען ווייטער דער שקר.
גיי פרעיג די אידן וואס האבן זיך געדרייט ביי רבי נתן יוסף זצ"ל - ווייל ער איז געווען דער איינציגער מקור וואס מען האט נאכגעזאגט בשמו בשם רביה"ק
גיי פרעיג די אידן וואס האבן געטוען אין דעים ענין כדי לברר את הדבר וועסטו זעהן דער אמת
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2008 19:06 |
|
| |
לויפער ציט צוריק ר' נתו יוסף ציט צוריק
אבער יענקעלע מיט זיין הויכען זשארגאן יודיש
וואס האט בדרך אגב פיין אוסגעליינעט דעם פולציער פרייז שונד ביכל מתי שוא
מיט זיין שותף דער גרויסער דענקער אין דיכטער געדאנקען
וואס האט געטוען אזוי פיל אין געמאכט ריסערטש
אין געפרעגט ביי עלטערע יודען אין זיי האבן אלע מודה געווען צי יענקעלע
דעמאלס מיז זיין סאיז אמת אין בדרך אגב די וואס האבן דעמאלס געלערנעט
אין ישיבה זענען נאך נישט קיין אלטערע יודען
גיי בעסער נאך דעם ליגנעט נעקסט טיים
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2008 21:50 |
|
| |
איך האלט אויך אז עס איז געווען א פראבלעם מיט ר' מיכל לעבאוויטש, גראדע איז דא אויך א בריוו פון אלע דיינים ווי זיי שרייבען אונטער קעגן אים, אויך הגה"צ רבי געציל בערקאוויטש שליט"א איז אויך אונטער געשריבען.
אזוי אויך איז דא א גאנץ ביכל פון מענטשען תביעת עדות וואס האבן עדות געזאגט קעגן אים, עס שטייט דארט זייערע נעמען, אפילו אז האלב איז שקר איז אויך א שטארקע פראבלעם.
נאר מען האט עס גאר שטארק איבערגעטריבען און געמאכט מיט רציחה און שרעקליכע אכזריות קעגן רבי מיכל.
גראדע איז רבי מיכל עני טיים נאך אזוי חשוב און הייליג ווי ר' מנשה פריעדמאן, און ר' זלמן לייב פילאפף, די חילוק צווישען זיי איז נאר אז ר' מנשה האט געטרינקען און פארגאסען אידיש בלוט, און ביי ר' מיכל איז אז מען האט אים פארגאסען און געטרינגען זיין בלוט.
היינט צוטאג אבער האלט איך אז ר' מיכל איז א צדיק, און די אלע זאכן פון אמאל איז שוין געשטארבען, נאך די צרות יגון ואנחה וואס ער איז דורך, און גייט אך דורך ל"ע, איז ער אן אויסגעלאטעטער איד.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2008 23:09 |
|
| |
חיים חייקל
איך פארשטיי אז עפעס שטעכט דיר,
עפעס טיט דיר וויי, עפעס דריקט דיך,
באט גיס דאס נישט אויס אויף מיר,
קענסט ארויס פארן צום ציון הקדוש פונעם רבין זי"ע
און מאכן געוואלדעוועס, קענס ברוקן און שטויסן,
אבער מיך לאז אפ,
דער גאנצער וויכוח איז פשוט, האט דער רבי זי"ע געאסרט זיינע
בחורים צו גיין צו מעכל צו נישט, און דער ענטפער איז קלאר אז יא,
אויב גלייבסטו נישט, , גיב א פרעג הרב הגאון הצדיק רבי זלמן לייב פיליפ שליט"א
וואס זיין טאטע רבי יונה זצ"ל האט עהם אריין געשלעפט צום
רבין זי"ע און דער רבי האט עהם זייער שטרענג געאסערט
ווייטער צו גיין צו עהם, און ער האט טאקע אויפגעהערט,
יעצט שרייט ווייטער, קראלי ברית..., א היטש מיט א רב..., א וואך נאכט...,
עפעס קלעבט נישט איין ווארט צום צווייטן, וואס איז דען,
האב איך דען געשריבן אז איך האב אויפגעפיקט
רבי מעכל אויף א היטש פון מיין וואכנאכט און עהם געטראגן אויפן ברית
אין קראלער בית המדרש?, דאס איז דאך דריי באזונדערע מעשיות,
וואס איך האב געשריבן, און אלעס איז אמת ויציב,
הער מיך גיט צו, איך האב געפרעגט ביי אריבער א מנין אידן פון יענע צייטן
און אלעם כולם כאחד הודו, אז אלעס איז פונקט אזוי ווי איך האב געשריבן,
דער רבי איז זייער געווען דערגעגן מען זאל זיך מאכן חבורות בכלל,
און גיין צו מעכל בפרט, צענדליגע תלמידים זענען דאס מעיד,
אדרבה ברענג די אפאר נעמען וואס לייקענען דאס אפ,
אצינד קענט איר מיך ווייטער אטאקירן, אבער דער אמת בלייבט לעד ולנצח,
לויפער ציט צוריק!!!, וואס ציט ער צוריק? די אייער זענען יא געוואשן?
ווען ער שרייט אז זיי זענען נישט געוואשן,
און וואס פונקטליך ציט צוריק רבי נתן יוסף ז"ל?,
ארגינעלער, איך האב אינגאנצן איינמאל געליינט ביידע ביכלעך יארן צוריק
ווען ס'איז ארויס געקומען, און ווי געשריבן, זענען ביידע מלא שקר,
ביידע זענען נישט באזירט אויף קיינע קראנטע פאקטן,
ביידע האבן פאר זיך א ציל, און דרייען מיט די פאקטן צו ערייכן דעםדאזיגן ציל,
האסטו באמערקט אז איך האב קיינמאל נישט ערוועינט דעם "כת ש"ץ" אישוי
ווייל קיינער האט דאס פונעם רבין אליין נישט געהערט, און אפילו פון
רבי נתן יוסף'ן אויך נישט, ס'איז נאר דאן ארום געגאנגען עפעס אזא ראמער,
און פון דעם האט רבי נתן יוסף געקענט צוריק צוהן, אבער דאס איז נישט מעלה און נישט
מוריד, איך האב שוין געשריבן אז די אישוי איז נישט געווען רבי מעכל פערזענדליך,
נאר זיין דרך און זיינע חבורות, און דאס האט דער רבי שטארק באקעמפט,
לאמיר צוריק גיין צו די אלטע היים אין סאטמאר, א ענין וואס איינער האט
פריער ערוועינט, א ענין וואס איז זייער דומה צו אונזער וויכוח, און וועט געבן א ליכט
אויפן רבינס גאנג בנוגע פרומע חבורות, און וואס דעם רבינס דעה איז געווען דערוועגן,
דאס איז געווען מיט זיך מתחבר זיין מיט די חבורה פון הצדיק רבי אהרעלע
ראטא זצ"ל דער שומר אמונים רבי אין די שטאט סאטמאר,
ווייסט איר אז דער רבי האט שטרענג פארבאטן זיינע בחורים זיך מתחבר צו זיין צו עהם,
כאטשיג רבי אהרעלע איז געווען א צדיק וקדוש לכל הדעות,
דער רבי זי"ע האט פון עהם זייער שטארק געהאלטן,
עם כל זה האט דער רבי נישט געלאזט זיינע בחורים גיין צו עהם,
אמת, געוויסע בחורים וואס דער רבי האט געוויסט אז זיי גייען צו עהם,
און דער רבי האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט דערפון, אבער רובא דרובא
ווען דער רבי איז געוואויר געווארן פון א בחור וואס גייט צו עהם, האט דער בחור
געכאפט אזא סילוק פונעם רבי'ן אז מער האט ער זיך נישט דערוואגט צו גיין צו עהם,
די זעלבע איז דא געווען, דער רבי זי"ע איז געווען א אויסגעשראכענער מתנגד צו
די פרומע חבורות, ער האט געהאלטן אז ס'איז א חורבן עצום, און האט דאס זייער
שטארק באקעמפט, און לאחר המחלה האט די הנהלת הישיבה ווייטער געפירט
דעם קאמפ, ובפרט נאך א געוויסן אומגליק אין זייער מחנה וואס האט אויפגעשוידערט
גאנץ סאטמאר, מעכל'ס חסידות איז דאן אינגאנצן צונישט געווארן, ער האט שוין
מער נישט געקענט פירן די חברותא אין די אינטערערד בונקערס, און דעריבער האט ער
אנגעהויבן א נייעם מהלך, א אפענע חסידות מיט א אפענעם רבין, און האט ב"ה
זייער שיין מצליח געווען, און מעגליך אז רבי נתן יוסף ז"ל האט געלייקענט סיי וועלעכע
פערזענדליכע לשון הרע מען האט פארשרייט אויף רבי מעכל פערזענדליך, ווייל ווי
געשריבן די מערכה איז געווען די חבורה און נישט רבי מעכל פערזענדליך,
רבי יונה איז פולקאם גערעכט, דאס רשעות ואכזריות אקעגן רבי מעכל שליט"א
איז א שווארצער פלעק בקורות חסידות סאטמאר, דאס שפיכת דם פון
א איד וואס האט געליטן אזוי ביטערליך על לא עוול בכפו, און ס'איז געווען
אין פוצה פה ומצפצף, יעדער האט צוגעקיקט אזוי לייכטזיניג,
און דאן האט זיך ארויס געוויזן דאס גדלות פון רבי מעכל, ער האט מקבל געווען
אלע יסורים בדומי', און דאס איז זיין גדלות,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/1/2008 01:18 |
|
| |
עס איז מיר גאנץ אינטערעסאנט ווי די ברענגסט אראפ הרה"ג רבי געציל בערקאוויטש שליט"א וואס ער איז טאקע א לעיבעדיגער עדות ווי אזוי מען האט "געצווינגן" (כלשונו) די דיינים אז זיי זאלן אינטערשרייבן א קעגין רבי מיכל ווי ער איז זיך כמה מתרעם אויף דעים וואס ער האט געהאט א חלק אין דעים.
אויך איך זייער אינטערעסאנט ווי אזוי דער אייבישטער פירט זיין וועלטעל, אסאך פין זיינע מתנגדים (געהעצט געווארענע) וואס זייער קינדער און אייניקליך זענען פין זיינע הייסע חסידים – וגם אני בתוכם, ווייל דער אמת איז אז היינט בדור השפל הזה איז שווער צו טרעפן א רבי'ן וואס מען זאל שעפן חיזוק והדרכה בתורה ויראת שמים מיט אן אמת, און ווי א יעדער איד טרעפט זיך דער פלאץ דארט, נישט קיין חילוק און וואספארא מצב ער איז. דאס טרעפט מען נישט כמעט נישט.
אויך איז נישט שיין אראפצומאלן א גאנצע משפחה אז זיי זענען געווען די העצערס, ווייל זיי זענען אויך נאר געהעצט געווארן פין דעים ש"פ, און היינט צו טאג איז א גרויס חלק פין די משפחה הנכבדה פין זיינע הייסע חסידים.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/1/2008 04:30 |
|
| |
דריי נישט קיין קאפ קיינער האט נישט געצווינגען ר' געציל אונטערשרייבען.
באותו זמן האט ר' מיכל געהאט אסאך פראבלעמען, וואס מען האט אים געדארפט אביסעלע אנמאקלען, און די גרעסטע ראי' איז פון די טעיפ ווי ער זאגט צאוה פאר זיינע חסידים אז ער גייט שטארבען, וכו'.
איך זיך נישט צו רעדן אויף אים, ווייל היינט איז ער שוין באמת אן אויסגעלאטעטער איד פון צרות, אבער דאס וואס די שרייבסט צום סוף, תורה... חיזוק.. ויראת שמים... מיט .. אן אמת... דאס איז בעלאניס... מיט לאקשאן קרויט... איינגעטינקען אין קעטשאפ...
|
|
|
|
| נשלח ב-2/1/2008 08:18 |
|
| |
רבי יונה
די ווייסט אז סאיז דא טעיפס ווי ער רעדט מיט א גלח, און נאך אסאך ביכער וואס די רשעים האבן ארויסגעגעבן, און די גלייבסט נאך די שטותים
|
|
|
|
| נשלח ב-2/1/2008 15:46 |
|
| |
ס'איז א געפערליכע רשעות וואס טייל שרייבערס טוען דא. יעדער איינער איז מודה אז רבי מיכל איז היינט א חשובער און פיינער איד, און אז ער פירט אן ערליכע קהלה. די איינציגסטע זאך וואס מען איז דן איז צי ער האט אמאל געהאט פראבלעמען.
איך האב נאך קיינמאל נישט געזען אזא רשעות'דיגן אשכול. פארוואס גייט יאנקעלע אזוי out of his way מסביר צו זיין אז די מערכה קעגן רבי מעכל איז יא געווען גערעכט, אפילו נאר האלב פון די מערכה. פארוואס איז אים אזוי בנפשו אויפצואווייזן אז רבי מעכל איז אמאל געווען נישט גוט?
ממילא ווען די מענטשן וואס האבן געפירט די מערכה קעגן רבי מעכל זענען משלנו, סאטמארער חסידים, וואלט געווען איין זאך, אבער דער פאקט איז דאך אז ס'איז פונקט פארקערט. די אלע וואס האבן געשלאגן און גערדופט רבי מעכל זענען פון די מצורעים. איז וואס גייט עס ענק אזוי אן?
אז מען וויל פּאקן אלטע עוונות קען מען טרעפן גענוג און נאך אויף יעדן איינציגסטן רבי'ן. לאזטס ענק אפ פון רבי מעכל!
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-2/1/2008 17:43 |
|
| |
די טעיפ פון די צואה איז 100 פארצענט אמת, און דריי נישט קיין קאפ.
|
|
|
|
|