|
|
| נשלח ב-30/12/2007 20:54 |
|
| |
קאמפיין קעגן וומ"ס-ב"פ באס קאמפאני
די לעצטע דריי וואכן האב איך זיך דערפרייט צו זען אז ענדליך איז דא ווער עס איז מוכן צו טוהן אביסל וועגן דעם אנגעווייטאגטן פראבלעם וואס רופט זיך 'די בארא פארק באס' (אין ב"פ רופט מען דאס: די וויליאמסבורגער באס...) וואס שטייט ארויס און איז בארימט מיט איר שלעכטע סערוויס וואס איז זעלטן צו טרעפן ביי אנדערע קאמפאניס.
די סיבה פארוואס זיי טוען דאס איז, ווייל זיי האבן נישט קיין מורא פון קאמפעטישען צוליב דעם וואס זיי האבן דעם אויסשליסליכן רעכט מצד די רעגירונג, פון דעם רוט וואס פירט פון ב"פ קיין וויליאמסבורג און צוריק.
זיי זענען נישט די איינציגסטע היימישע באס קאמפאני וואס האבן אזא סארט רוט, און אלע אנדערע געבן זייער גוטע סערוויס און זוכן נישט צו שפארן און צו קארגן קיין געלט צופרידן צו שטעלן זייערע קונדן אפילו זיי מוזן עס נישט טוהן.
עס קומט זיך באמת קרעדיט פאר די צייטונג 'דער איד' פארן אריינשטעלן די בריוו און עס איז א וואונדער אז די אנדערע צייטונגען האבן דאס נישט פובליצירט, און עס איז אנצונעמען אז בריוו שרייבער שיקן די זעלבע בריוו אויך צו אנדערע צייטונגען.
די וואך איז שוין דא א נומער ווי מען קען אריינרופן ווער עס איז גרייט אויף עסקנות.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2007 21:04 |
|
| |
אריינצורופן 311 העלפט נישט. זיי געבן אן אדרעס אז מען זאל עס ברענגען צום מעיאר'ס עטענשאן.
איידער איר שרייבט אריין א שארפן בריוו צום מעיאר פאר די נידריגע עוולה וואס א היימישער איד טוהט צו זיינע אייגענע ברודער, פרעגט אן א דיין אויב מען מעג.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2007 22:47 |
|
| |
מער פרטים ביטע, וואס קען מען טאן? און וואס פלאנט מען צו טאן?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2007 00:22 |
|
| |
גם אני מצטרף, ס'איז נישט קיין מצוה זיך צו לאזען טרעטן, בפרט א ציבור, אבער פאר מען טוט עפעס ממשות איז כדי צו פרעגן א דיין, עס לויענט נישט זיך אריינצולאזען אין מקפח זיין יענעמס פרנסה (מעג ער זיין רייך ווי קורח) וואס קען זיין זייער א הארבע זאך אן א דעת תורה. אז מען טוט עפ"י תורה האט מען נישט קיין חרטה.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2007 05:27 |
|
| |
ר' אנאליז שליט"א
100% גערעכט,
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2007 21:42 |
|
| |
וואס איז די פראבלעם פו ןדי באסעס וואס די ווילסט זיי זאלען זיך פארבעסערן?
די שאלה איז צו קלינגען די נומערן גייט אריין אין מסירה, מען דארף פרעגן א בקי בחושן משפט.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2008 06:01 |
|
| |
מדברי עבד עברי שליט"א אין א אנדערע פורום:
http://bh.hevre.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2333014
בארא פארק וויליאמסבורג באס
מיינע טייערע אידישע ברודער בני אברהם יצחק ויעקב הי"ו
איך ווייס נישט אויב דא איז דאס פלאץ צו רעדן און שרייבען וועגן דעם ענין . אבער אזוי וויא דער פורום האט א סאך לייענער .וויל איך דא רעדן וועגן א אנגעווייטאגט ענין
קודם כל וויל איך מיך אנטשולדיגען פאר די לייענער ווייל לעצטענס בין איך נאר א גאסט אויפן פארק . ווייל איך מיך נישט קריגען מיט די וואס ווילן נישט הערן. אבער ההכרח לא יגונה. די עוולה שרייט שוין פון זיך אליין.
עס איז לעצטענס געשטאנען בריוון אין איינעם פון די חרדישע וואכענצייטונגען וועגן די עוולות וואס די פירערס פון די בארא פארק וויליאמסבורג באס טוט קעגען דעם היימישען עולם. זיי זענען פוסע על ראשי עם קודש במלא מובן המילה.
איך גיי נישט אריין אין דעם וואס יעדע ביזנעס און אפילו רעביסטעווע האט שוין היינט א קאמפיטישאן. וואס דאס איז א טובה פארן ציבור. אבער די איינע זאך "בארא פארק וויליאמסבורג באס" האט א מאנאפאלי אויף דעם רוט און אויף אנוזערע יודען וואס האבען נישט קיין קארס און מאכען דורך דעם וועג אונטער אוממענטשליכע אומשטענדן אויף אלטע פארפוילטע באסעס אהן קיין נארמאלע הייצונג אין ווינטער און אהן קיין עירקאנדישאן זומער. חוץ דעם וואס רוב מאל איז נישט אמאל דא וויא צו זיצען ער שטופט צוזאמען מענער מיט פרויען מיט קערידזשעס ערגער וויא סערדינס אין די שאכטלעך.
בין איך דא מודיע אז נאכען דורכשמועסן די זאך מיט גדולי הרבנים והפוסקים בדורנו שליט"א . און נאכדעם וואס מען האט זיי שוין געבעטען שיינערהייט עטליכע מאל אויף א שיינעם אופן . און מען האט גערעדט צו טויבע אויערן . איז דא א פסק אז מען מעג מאכען א קאמפיטישאן בכל אופן שהוא אפילו דורך איבערגעבען זייערע מעשים תעתועים פאר די שטאטישע איסטאנצען והמבין יבין. ווייל אנשטאט צו זיין מזכין את הרבים זענען זיי ליידער מצער את הרבים וואס מען מעג זיי ערלעדיגען בכל אופן שהוא וד"ל. (נ"ב לפני שאחד רוצה לקיים פסק זה בפועל. יתיעץ עם רב שלו ויוכל לומר לו אודות הפס"ד הזה)
א. מענטשען שטייען אין די פראסט און היץ און ווארטן אויף א באס. נאכדעם ענדליך קומט אהן א געפאקטער באס און סטאפט ניטאמאל. און ער שיקט נישט בכלל א צווייטן באס. וואס דעמאלס בשעת מעשה זעהט מען וויא די גויישע שטאטישע נייע באסעס באקוועם פארן זיך איינס נאכן צווייטן כמעט ליידיג.
ב. טאמער ער סטאפט יא קען מען רוב מאל ניטאמאל ארויפגיין ווייל עס איז ניטאמאל דא וויא צו שטיין.
ג. דער רעדיא קנאקט אויף די העכסטע טענער אז עס זעהט אויס וויא עפעס א באלאגאן.
ד. נישט קיין נארמאלע איר קאנדישאן. און נישט קיין נארמאלע הייצונג.
ה. אלטע פארפוילטע באסעס וואס שאקעלט אויף די מענטשען ערגער וויא דעם לולב להבדיל ביי די נענועים.
ו. דער עולם ווערט געשמיסען און געווארפן ביי יעדען סטאפ אזוי וויא להבדיל די הושענות.
ז. עס איז פשוט א סכנה צו פארן מיט אזעלכע אלטע באסעס וואס דארפן שוין לאנג אריינגעווארפן ווערן אין טייך אזוי וויא די אלטע ניו יארקער סאבוועי טרעינס.
די שארמאשער באסעס וואס פלעגען פארן אין די קאנטריס אין די בראשית יארן האבען געהאט אזא פנים ביז . איינער האט צוריקאריינגעברענגט "שארט ליין" אין די ליניע . נאכדעם איז אויך צוגעקומען נאך א קאמפיטישאן כידוע ליודעים. עס איז געווען צייטן וואס דער באס האט געקאסט נאר צוויי דאללער פון די קאנטרי אהיים כדי צו קלאפן דעם קאמפיטישאן. אין די תשל"ה יארן.
ביז ענדליך האט ער זיך אהערגעשטעלט . היינט מיטן נאמען קעטסקילס דורך ג. וואס ער שטעלט ב"ה צו פיינע סערוויס וויא עס פאסט זיך.
יעדער איינער ווערט געבעטען צצו שרייבען זיינע מחאות קעגען די באס קאמפאני . און דורך דעם וועט מען קען שנעלער אויפטון לטובת ישראל. ע"כ
_________________
Stop Hillary Express
 |
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|