ווייל ער האט מקדש געווען אויף א קרקע וואס די אראבער טענה'ן אז די ציונים האבן גע'גזל'ט פון זיי די מדינה
נשלח ב-31/12/2007 22:14
איך ווייס נישט צו דאס הייסט גניבה אדער גזילה. אבער איין זאך
איז זיכער, ס'קען זיין אז ס'באלאנגט פאר אונז על פי התורה הקדושה שלא תהא מוחלפת.
און אויף דער סמך מוז יעדער איינער באצאלען
למפרע פאר קהל.
נשלח ב-31/12/2007 22:19
פארוואס האט מען זיך יעצט דערמאנט פון די גאנצע גזולה, בשעת מען איז אפגעזיצען אין קאורט איז עס נישט אנגעגאנגען? דעמאלטס איז מען געווען פארנומען מיט סימן כ"ו, און אז מעו האט דאס געענדיגט דורכלערנען איז מען גלייך געשפרינגען צו סימן שמ"ח???
נשלח ב-31/12/2007 23:07
דאס האב איך פריער געשריבן:
שאול פערלשטיין וואס אין תשס"א האט ער זיך גערופן: חברי הנהלת הקהילה און חבר הנהלת המוסדות
ווייסט גאנץ גוט, אז אין אלע דריי הזמנות (בשנת תשס"א) איז געשטאנען בפירוש: בדבר הקהילה והמוסדות...
דערפאר זענען אלע חתונה זאלן, אפילו אין די בניני המוסדות בגניבה וגזילה. און ווער עס וויל מאכן חוזק פון שלחן ערוך קען זיך רואיג צושטעלן צו די משכילים און קראים. דאס איז ענקער עונש !
איר קענט חזוק מאכן פון הייליגן רמב"ם,
איר קענט מאכן ליצנות פון הייליגן לחם משנה
איר קענט טרייבן שפאס פון הייליגן לבוש.
אבער די הלכה בלייבט פעלזן פעסט
אויב האט מען נישט קונה געווען מקום הייחוד פון די בעלים, איז קיין חופה כהלכה נישט געווען. אפשר וועט ענק די "בג"ץ" מתיר זיין....
איצט צו דיין שאלה פארוואס מיר האבן זיך יעצט דערמאנט:
דער תירוץ איז. ווייל יעצט איז עס געווארן מער אקטועל.
1) ווייל. יעצט האבן די זאלונים דערקלערט געווינס. און דעם גרויסן נס. איז מען ענק מודיע: ניין איר זענט גנבים!
2) ווייל יעצט מאכט עטס פאלשע אומלעגאלע וואלען. איז מען ענק מודיע אז איר קענט גארנישט טאן עפ"י תורה. (עפ"י בג"ץ אפשר יא).
3) ווייל איר האט זיך גענומען זינגען א ניגון פון "קרקע גזולה". איז מען מגלה דעת פאר די גאנצע וועלט, איז אייערע מצות איז גניבה וגזילה. די חופה אויף אונזערע פראפערטיס איז קיין חופה נישט אן אונזער הסכמה.
4) דו וועסט מיר נישט איינטיילן, ווען איך זאל נוצן וועלכע טענות. איר דארף נישט ענקער פורים בית דין, מיר צו זאגן וואס מיינע טענות זענען, און ווען איך מעג מיך באנוצן מיט זיי.
נשלח ב-31/12/2007 23:16
רבי_יונה,
איר קענט חזוק מאכן פון הייליגן רמב"ם,
איר קענט מאכן ליצנות פון הייליגן לחם משנה
איר קענט טרייבן שפאס פון הייליגן לבוש.
????????????????????
נשלח ב-2/1/2008 00:15
יארמער רב זאגט, אז ווער עס שלאפט אים גרויסן ביהמ"ד אין ראדני סטריט איז עס גזל שינה...
די זאלונים בלייבן מיט אן עם הארץ
די זאלונים בלייבן די לאכערס
אבער כלל ישראל פארט ווייטער, און די לאכערס קענען גיין מיט די משכילים, נעלאגן און קראים שבכל הדורות, זינט בריאת העולם האבן די ליצים און משכילים שטענדיג געלאכט פון אידן...
ווער האט געזיגט?
נשלח ב-7/1/2008 01:13
רבי יונה האסט אויבן פארגעסן די ליצנות פון הייליגן י''ב חלות
נשלח ב-7/1/2008 01:19
יעצט פארשטיי איך שוין יונה'לע פארוואס דו ביזט דער ערשטער וואס לאכט אפ פון יעדן ערליכן איד און פון יעדע הייליגע זאך!
נשלח ב-7/1/2008 01:43
ס'איז געווען א גרויסער רבי אין אמעריקע וואס האט געהייסן רבי יואל טייטלבוים (בעמח"ס ויואלמשה)
ס'איז געווען נאך איינער וואס האט זיך אויך גערופן מיט דעם זעלבן נאמען "יואל טייטלבוים"...