2 נייע חתונה זאלן אי"ה בקרוב אין קרית יואל
סקומט גוטע שמועות פון הייליגן שטעטעל וואס וועט בקרוב באפרייט ווערן פון די לאפעס פון דעם יחיד המשתלט על הציבור וואס איז פוסע על ראשי עם קודש שוין צענדליגער יארן. דער רבש"ע האט אויף אונז רחמנות געהאט און באפרייט פון זיינע הענט, און יעצט האט דער אייבערשטער צושמעטערט די לעצטע איינרעדעניש וואס ער האט נאך אנגעהאלטן אין קרית יואל.
לויט ווי מהערט גייען גאר בקרוב זיך עפענען אין קרית יואל בעזהשי"ת נישט איינס, נאר צוויי הערליכע גרויסע חתונה זאלן וואו יעדער ערליכער איד באשר הוא וועט קענען מסדר קידושין זיין אן זיך דארפן אונטערווארפן די הענט פון אים. קרית יואלע אידן ווארטן מיט גרויס שפאנונג און שמחה דקדושה אויף דעם פרייליכן טאג וואס די לעצטע רינגעלע פון די קייט ווערט צוריסן און צושמעטערט עד ביאת הגואל בקרוב בימינו!!!
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 01/01/2008 4:28:13
|
|