דוד46 כתב
דאס אז עס איז דאקומענטירט שווארץ–אויף–ווייס אז אהרונישע פירער האבן כסדר גע'טענה'ט אז עס האט גארנישט מיט זייער רבי'ן (דעמאלסט רב אין קרית יואל) און זיי פלעגן כסדר זאגן אז ער ווייסט בכלל נישט פון קיין קאורטס, פון דעם מאכט זיך ראזענבערג כאילו לא ידע,
אמת!!! אמת!!! די דין תורה האט טאקע גארנישט מיט רבינו שליט"א
מיר רעדן דא נאר פון די בניני הקהלה דיני ממונות, ווער ס'זענען די ריכטיגע ראשי הקהלה (לגבי די רבנות, ווען מ'וואלט ווען געהאט א הוא אמינא אז ענק וועלן קומען צו א דין תורה וואלט מ' טאקע געמאכט אן עקסטער דין תורה אויף די רבנות)
נאך צוויי יאר וואס ענק האבן בכלל נישט געוואלט קומען צו א דין תורה זענען ענק געקומען מיט
א תירוץ אז ענק ווילן יא קומען נאר רבינו שליט"א וויל נישט אינטערשרייבן שטרי ברורין
איי ווי קומט דא אריין רבינו שליט"א???
יעדער האט געוויסט אז זיי גייען נאר לאזן דעם רבין אינטערשרייבן און זייער זייט פון די שטרי ברורין וועלן זיי לאזן ליידיג כנהוג,,, און נאכדעם שרייען און די גאסן
"עטץ זעהטס "ער" שרייבט אינטער "ער" פירט אלעס "ער" צווינגט יצחק צו גיין אין ערכאות וכו'
האבן מיר טאקע לכתחילה נישט געוואלט
אבער ווען מ'האט געפרעגט רבינו שליט"א אויב ער איז מסכים אינטער צו שרייבן האט ער גענטפער
"אדרבה איך בין מסכים"