בית פורומים כל העולם כולו

פאקט, ווער וויל גיין צום די"ת און ווער נישט??

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/1/2008 17:50 לינק ישיר 
פאקט, ווער וויל גיין צום די"ת און ווער נישט??

נעכטן, מאנטאג נאכט, איז פארגעקומען א גרויסע "גענעראל פארזאמלונג" אין ביהמ"ד הגדול דקיט"ל וויליאמסבורג, עס האט דארט צווישן אנדערען אויפגעטרעטן מיט א דרשה הרבני הנגיד ר' יצחק ראזענבערג, סגן ראש הקהל דקהל יטב לב ד'סאטמאר,  ביי זיין געלונגענע דרשה האט ער ארויסגעברענגט אז אזוי ווי מיר רעדן נישט קיין סאך פון די זאכן, וואס אין אמת'ן אריין וואלט מען ווען מער געדארפט רעדן דערפון, געלונגט פאר די זאלי'ס אויפצוטרייבן א קאמפיין כאילו מיר זענען די וואס ווילן נישט גיין צום דין תורה, און כאילו מיר זענען די וואס ווילן דייקא גיין אין געריכט, און אזוי וווי זיי קייען דאס איבער טעגליך און וועכענטליך ככלב שב אל קיאו ווערן די "אמת'ע פאקטן" אינגאנצן פאדרייט און כמעט פארגעסן פונעם ברייטן ציבור, און מ'כאפט זיך שוין נישט וואס ס'איז אמת און וואס ס'איז שקר,

ביי זיין דרשה האט ער קודם ארויסגעברענגט ווי מיר זענען געגאנגען צום ערשטן בי"ד "בית יוסף נעווארדעק" און געשיקט אן הזמנה, פארשטייט זיך אז די אלע פופצן מענשטן וואס האבן געשיקט דעם הזמנה זענען גלייך ארינטערגעריסן געווארן אין זייער שונד בלאט "דער איד" און ווי אויך מודעות אין די ביתי מדרשים אז די יעניגע זענען מחוצפים וכו' וכו', עקסטער איז דער בי"ד אויסגעשטאנען פון סטראשונגען און טעראריזעם פון די יעניגע, און פארשטייט  זיך אז זיי האבן זיך נישט דאס געזיכט און זיי האבן ארויסגעטרעטן פון דעם סיכסוך, אבער האבן צו די זעלבע צייט אינטערגעשטראכן אז מ'מיז זיך שטעלן צו א בי"ד המרוצה אדער א זבל"א,

מ'דארף אנמערקן אז זייער טענה דאן איז געווען אז זיי דארפן זיך בכלל נישט שטעלן צום דין תורה, "איין נזקקין", נישט די אלע צענדליגער תירוצים ווואס זיי האבן הערשט יארן שפעטער אויסגעטראפן צו יעדע צייט א צווייטער תירוץ,

א צייט שפעטער האבן די זאלי'ס געמאלדן אז זיי זענען שוין יא מסכים זיך צו שטעלן צום דין תורה, אבער נאר ביי דריי בתי דינים, ביד"צ משפט שלום, ביד"צ קאלערסבורג, ביד"צ חקר הלכה (אונטער ר' יצחק מאנדל) קהל האט געהאלטן אז זיי קענען נישט גיין צו די פאלגענדע בתי דינים, צילוב די פאלגענדע סיבות,  ערשטענס, משפט שלום איז שוין היינט ברייט באוויסט פאר יעדעם וואספארא ביד"צ דאס איז געווען, ווי קאראפטירט און נישט הלכה'דיג זיי האבן זיך געפירט, און היינט צוטאגס זענען זיי שוין גע'אסר'ט דורך אנדערע בתי דינים,

צום קאלעסבורגען ביד"צ האט קהל געהאט א פראבלעם, וויבאלד דער יושב ראש דארט און פאקטישע פירער פונעם ביד"צ איז ר' יצחק שטיין, א זוהן פון ר' מאטל שטיין וואס איז נתרחק געווארן יארן צירוק שוין פון די ישיבה, וואס ווי פארשטייט זיך אליינס וועט ער זיך דא קענען אפרעכענען, און ר' יצחק לייגט צו אן אינטערסאנטע פאקט, וויבאלד ער, ר' יצחק, האט יא געוואלט גיין צו די ביד"צ האט ער אנגעריפן ר' יצחק שטיין –אונטער א אנדערען נאמען – און געמאכט אן אפוינטמענט, ווען ר' יצחק אז אנגעקימען אהין, האט ער געמאלדן פאר רב שטיין אז ער איז דער וואס האט געמאכט די אפוינטמענט, און טאקע אונטער א אנדערער נאמען, וויייל ער האט נישט געוואלט אז ס'זאל זיך טוען, און זיי זאלן שוין וויסן פון פאראויס אז ער קומט, בקיצור, ער זאגט פאר רב שטיין, הער מיך אויס, איך האב זייער געוואלט גיין צו אייער בי"ד אבער אזווי איך האב מורא אז איר וועט זיין איינזייטיג וויל איך פארשלאגן אז עס זאל ווערן א בי"ד של חמש, דהיינו, איך וועל צולייגן פריימאנער רב (הרב מענדל זילבער) און זיי וועלן צו לייגן זייער'ס א מענטש און אזוי ביניך רואיג, אפילו איך האב מורא דא ביי דעם בי"ד, רב שטייין האט אום געזאגט אז ער וועט אום לאזן וויסן תשובה, די תשובה האט נישט געשפעטיגט צו קומען און ער האט געמאלדן אז ער קען נישט!...

צו ר' יצחק מאנדל'ס בי"ד האט מען אויך נישט געוואלט גיין, ווער עס געדנקט ווייסט אז ער איז געווען אן אנגעשטעלטער אין די ישיבה און מ'האט אום ארויסגעווארפן, פארשטייט זיך אז אזא מענשט האט אין זיך א זייט, און איר ווייסט אוודאי וועלכע אויך..

און ווי יעדער וואס פארשטייט און קען אפטייטשן לשון קודש ווייסט אז  די ווערטער "בית דין המרוצה לשני צדדים" מיינט אז ביידע זייטן זאלן זיך פילן באקוועם ביים בי"ד, און ביידע זאלן מסכים זיין, פון א אנדערע בי"ד אדער א זבל"א האבן זיי נישט געוואלט הערן און געדענקן,

אלזא, עס איז געבליבן מיט גארנישט,  און דער ענין איז אנגעקימען אין געריכט, און ווער עס געדענקט און האט די פאפירן ווייסט אז אין געריכט האבן מיר פארלאנגט אז מיר ווילן גיין צום דין דין תורה, און דער ריכטער זאל דערווייל געבן א טי.אר.או. ווילאנג זיי שטעלן זיך,

בדרך אגב, דאס גיין אין געריכט איז אלעס געטוען געווארן מיט א "היתר בי"ד" ווי ר' יצחק האט שוין ארויסגעברענגט מוצש"ק אז ער מיט ר' שמואל אבערלענדער, ר' דוד הויער, ר' בערל פריעדמאן זענען געווען ביים ווינער רב שליט"א אין געוויזן דער היתר, נאך א הסכם פון שאול פערלשטיין אז מ'זאל עס פאר אום ווייזן, א זאך וואס ער פראבירט היינט אפצולייקענען, אבער דאס קען יעדער פרעגן ווינער רב שליט"א,

אין איינע פון די צייטן איז געווארן א טומל און א געטיאכץ אז מ'דארף גיין צום דין תורה, רבנים און ערליכע אידן האבן זיך אריינגעלייגט אין די זאך און פארלאנגט אז מ'זאל זיך שטעלן צום דין תורה, צווישן די איז געווען הגאון מאנטעווידעיא רב ז"ל, הרב ישראל דוד הארפנעס, אב"ד ישראל והזמנים, אב"ד יעוואזשנא, און נאך, ווען אברהם בער יאקאוויטש איז געוויאויר געווארן דערפון איז ער ארויפגעגאנגען צו ר' אברהם און אום פארגעהאלטן דעראויף, אז טאמער ברויכן זיי גייען צו דין תורה זענען זיי פארפאלענע, אויך שפעטער ביינאכט איז רז"ל אליינס ארויפגעגאנגען זיך בעטן ביי אום אז ער זאל נישט פארפירן דערוועגן, אבער ר' אברהם האט זיך דאן געהאלטן ביי זייינס, עס איז צוגעקומען דערצו אז אז ר' אברהם לייטנער ז"ל האט זיך אראפגעזעצט מיט יבדלחט"א ר' ישראל דוד הארפנעס אין אויסגעשטעלט א נוסח וואס עס האבן געזאלט אינטערשרייבן ביידע צדדים, די צוויי זענען געזעצן איבערן נוסח באלד צען טאג, מ'האט עס אויסגארבייט אהין און צירוק, זיי האבן אויסגעשטעלט א נוסח אז ביידע צדדים שרייבן אונטער אויף א גענצליכע "טיילונג" אינערהאלב "קהל יטב לב" און די "תלמוד תורה ובית רחל", און קיינער וועט מער נישט האבן קיין טענות ומענות, און נאכדעם וואס די אנשי רז"ל שרייבן דאס אונטער וועלן מיר ארויסגיין פון געריכט, פון אונזער צד איז עס למען השלום גלייך געווארן אינטערגעשריבן, און עס איז דא א חתימה פון ר' ישראל דוד אז ער האט געזעהן אז מיר האבן עס אינטערגעשריבן, אבער פון די  אנדערע צד ווארט מען נאך אן אינטערשריפט....

ר' יצחק דערציילט ווייטער, הרה"ח בערל יאקאבאוויטש פון די הנהלת הקהלה האט אין איינע פון די טעג געטראפן שאול פערלשטיין, נאדעם וואס ער האט פארגעהאלטן שאול איבערן מסרב זיין צו די דין תורה, האט ער פראבירט עס אפצוענטפערען אז ענקער רב (כ"ק רבינו שליט"א נאך דאן קרית יואלער רב) וויל נישט אונטערשרייבן קיין שטרי ברורין, און אויב די רב וועט אינטערשרייבן וועט ער זיך שטעלן, ר' בערל האט זיך גלייך פארבינדן מיט רבינו שליט"א און אנגעפרעגט, די רבי האט אום גלייך גענטפערט, אז ווי נאר מ'ברענגט אום שטרי ברורין שרייבט ער עס אונטער, ר' בערל האט דאס איבערגעגבן פאר שאול, און געווארט אויף א שטר אונטער צושרייבן... קיינמאל! אנשטאט האט זיך א וואך שפעטער אויפגעטשעלט דער זעלבער שאול פערלשטיין און מיט גרויס פאמפע אויסגעריפן אין עטרת אברהם אז זיי ווילן גיין צום דין תורה, קרית יואל'ער רב וויל פשוט נישט אינטער שרייבן!!....

דער זעלבער ר' בערל יאקאבאוויטש ני"ו האט פארגאגענע וואך גערעדט מיט איינע פון די אנשי רז"ל (ר' יצחק האט נישט געוואלט זאגן ברבים די נאמען וויבאלד ער האט אום נישט געפרעגט) און יענער האט גע'טענה'ט דאס זעלביגע פאר אום, דהיינו, ענקער רבי וויל נישט אינטערשרייבן, ר' בערל האט אום גלייך דערציילט די גאנצע מעשה מיט שאול פערלשטיין און ווי ער האט פארדרייט די פאקטן "אפ סייד דאון", דער איד איז געווען נבהל ונשתומם, און איז גלייך אריבער געגאנגען צו רז"ל און אום פארציילט דערוועגן און געבעטן אז מ'זאל גיין צו דין תורה, רז"ל האט אום גענטפערט אז דאס וואס די רבי האט געזאגט אז ער איז מסכים איז געווען עטליכע יאר צירוק, היינט איז ער שוין זיכער נישט מסכים, דער איד  האט דאס דערציילט פאר ר' בערל, ר' בערל האט גלייך אריבערגעשיקט  הרב אלישא האראוויץ אין קרית יואל צו רבינו שליט"א און אנפרעגן דעם רבין וואס ער זאגט דערצו, רבינו שליט"א האט איבערגעחזרט דאס זעלביגע "איך זאג עס שוין א גאנצן צייט, ווי נאר מ'וועט מיר ברענגען שטרי ברורין וועל איך עס אוודאי אינטערשרייבן" דער איד איז צירוק געגאנגן מיט דעם תירוץ צו רז"ל, רז"ל'ס ענטפער איז געווען "נא, איך בין נישט בעל הבית, איך האב העכערע איבער מיר, אברהם בער יאקאבוויטש, שאול פערלשטיין, און איך קען נישט טוען אליין קיין זאכן"!!............

דאס איז פארגעקומען פארגאנגענע וואך!

ר' יצחק פארענדיגט, אויב האלטן זיי אז זיי האבן א דין פון "אין נזקקין" זאלן זיי קומען צום בית דין און דאס וועט זיין די ערשטע שאלה אויף וואס מ'וועט דן זיין, און אויב דער בי"ד פסק'נט אז אין נזקקין זענען זיי פטור!

איך האב איבערגעשריבן די עיקר שטריכן פון די דרשה ווייל איך האלט פשוט אז דער עולם גולם איז פאר'נער'ט און מ'ווייסט נישט די אמת'ע פאקטן, ווער עס וויל גיין צום דין תורה און ווער נישט, זאלן די וואס האבן נישט געהערט די דרשה פון ר' יצחק אליינס כאשט קענען עפעס ליינען וואס ער האט געזאגט,

זיין דרשה איז געווען אסאך מער ווי מיין שרייבן, אבער כאטש בעסער ווי גארנישט,

 

 

 

 

 

 

 




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/1/2008 18:12 לינק ישיר 

אזו ווי די דרשה פון ר' יצחק קען מען נישט אראפשרייבן אויף פאפיר, ווי איך איך האב דא פראבירט, ע"כ וואלט איך פארגעשלאן פארן עולם ענדערש צו הערן די דרשה פון ר' יצחק זעלבסט,

איר קענט הערן די דרשה דורך רופן "קול סאטמאר" דרוקט קנעפל נומער 9, דערנאך 24#,

די דרשה איז רעקאמענדירט!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/1/2008 19:01 לינק ישיר 

די הסכם אויף  א גענצליכע "טיילונג" אינערהאלב "קהל יטב לב" און די "תלמוד תורה ובית רחל" האט געדארפט זיין נאר אין ווילי ? צי אויך אין בארא פארק אין קרית יואל?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/1/2008 19:16 לינק ישיר 

איך האב פארשטאנען אז מ'האט גערעדט נאר פון ווילימסבוירג



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/1/2008 20:33 לינק ישיר 

אוודאי נאר וויליאמסבורג,

דארט ווי עס איז געווען א קהלה און עס זענען געקימען יחידים און אוועקגערויבט בידים די קהלה און די מוסדות האט ר' אברהם לייטנער ז"ל געוואלט אויסארבייטן א פשרה, א זאך וואס אונזער צד האט מסכים געווען למען השלום,

אין קרית יואל און דאס זעלביגע אין בארא פארק פירט זיך אלעס ווי געווענליך, אלעס איז ביים אלטן, קיינער האט נישט דערווייל גע'גנב'עט, און אלעס איז אויפן בעסטן ארדענונג,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/1/2008 20:49 לינק ישיר 

אויב האט איינער למשל מענדל שווימער משה מאנראער א טענה אויף מאנרא
זאלן זיין שיקן אן הזמנה
ווידער אין ב"פ איז מ' גרייט צו גיין צו טרטיקוב אדער בזבל"א



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/1/2008 21:55 לינק ישיר 

ר' יצחק דרשה איז געווען צו דער זאך עס האט געהאט אלע טעמים.

אשריך רבי יצחק!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/1/2008 22:02 לינק ישיר 

א גרויסען שכח אייך לעבעדיגער פאר אייער ארבעט!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/1/2008 22:10 לינק ישיר 

מען רעדט גזולה ארויף גזולה אראפ
פארוואס רעדט קיינער נישט וואס דער
הגז"ל פלעגט קאנסטלי גנבענען תורת פין
ר' חיים געלרנטער זי"ע אין הרה"ג ר' יצחק מוטצען שליט"א
ביז  מען האט אים געכאפט רעד הענט מיט די גניבות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/1/2008 23:00 לינק ישיר 

א מורא'דיגע דרשה

ס'לאזט זיך נישט גלייבן וויאזוי אידן מיט בארד און פיאות זאלן זיך אזוי שטארק ארויסדרייען פון דין תורה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/1/2008 23:07 לינק ישיר 

טאקע א מורא'דיגע דרשה


ס'לאזט זיך פשוט נשיט בלייבן וויאזוי אידן מיט בארד און פיאות קענען גיין בערכאות אן קיין שום היתר בית דין און דערנאך פארדרייען די מוחות פון אומשולדיגע תמימי לב...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/1/2008 23:21 לינק ישיר 

דוד
האסט גענוצט דיין זאלישע ניק ביי מיסטעיק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/1/2008 23:30 לינק ישיר 

וואס שטערט דיך בערעלע, אז מען רעדט פון דיין שטריק?...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/1/2008 23:44 לינק ישיר 

יעצט געענדיגט הערן די דרשה.

גוט ארויסגעברענגט און צום פינטעל

א וואונדער אז שאול פ. האט ארויסגעשיקט דוד'ן אנצופירקלען דעם פורום מיט שטותים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/1/2008 00:12 לינק ישיר 

פארפאלן


דער יצחק ראזענבערג רעדט זייער גוט, איך הער עס איבער נאכאמאל און נאכאמאל..

אזעלכע 2 געלונגענע דרשות...

דער יארמער רב האט אמאל אריינגעקאלט ענקער שטריק קיין מאנראו און געפרעגט צי ער קען רעדן מיט'ן וויליאמסבורגער רב. ענטפערט דער שטריק, דא וואוינט נישט דער וויליאמסבורגער רב. א מינוט שפעטער קאלט ער נאכאמאל און ער באקומען די זעלבע תשובה פונעם שטריק. אזוי האט ער געטאן איין מאל נאך די אנדערע. ענדליך האט דאס געדולד פון ענקער שטריק געפלאצט, און שטרייט מיט באנומענע קולות, "כ'האב דיר שוין געזאגט אזויפיל מאל אז דאס איז נישט דער וויליאמסבורגער רב". רופט זיך אן דער יארמער רב, "יא, טאקע דאס האב איך ליב צו הערן"...  



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/1/2008 00:25 לינק ישיר 


עפן א נייע אשכול מיט גוטע וויצן פון יענקל מילער

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פאקט, ווער וויל גיין צום די"ת און ווער נישט??
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext