בית פורומים כל העולם כולו

פאקט, ווער וויל גיין צום די"ת און ווער נישט??

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/1/2008 04:19 לינק ישיר 

ר' דוד האט איבער געהערט די דרשה נאכאמאל און נאכאמאהל, און ער האט זיך געטרייסט מיט א גלונגענע וויץ פון יארמער רב, און ער האפט אז אזוי וועלן זיך די זאליס אויך טרייסטן.

אויב אזוי קומט דאס זייער גוט אריין אין דעם אשכול.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/1/2008 04:49 לינק ישיר 

גוטזאגער:

ווי מען שטייט און גייט הערט מען רעדן פון די מעכטיגע דרשה וואס ר' יצחק ראזענבערג האט געהאלטן ביים גענעראל פארזאמלונג.

ר' יצחק איז נישט דער גרויסער רעדנער אדער אראטאר. ער האט פשוט אראפגעלייגט שטוינענדע פאקטן (מיט נעמען) וואס האבן ממש צושוידערט די איבער טויזנט אידן וועלכע זענען דארט געזעצן די גאנצע צייט, צוגעשמידעט צו די ערטער, מיט א פארכאפטן אטעם.

נישט מער און נישט ווייניגער, ווי אראפגעצויגן די מאסקע פון דעם לאקלן רב און נועם המידות רז"ל טייטלבוים, וואסערער שקרן ער איז, און אז ער אליינס איז געלאפן צו ר' אברהם לייטנער פארפירן אז ער זאל נישט דרוקן צו גיין צו דין תורה.

ער האט געברענגט עדות רבנים, אויפגעליינט בריוון און אונטערגעשריבענע שטרי בירורין וואס די ראשי הקהילה ר' בערל פרידמאן, ר' דוד הויער, ר' יצחק ראזענבערג האבן אונטערגעשריבן פאר די אויגן פון אומפארטייאישע אנערקענטע רבנים...

ווער האט נישט געוואלט: דער נועם המידות אליינס !

ר' יצחק האט גלייכייטיג פארציילט עפיזאדן פון ערשט די פארגאנגענע צוויי וואכן.

נאך איצט ממש האט נאך רז"ל געזאגט פאר איינעם פון זיינע מענטשן, אז (רבינו שליט"א) האט טאקע אמאל מסכים געווען אונטערצושרייבן שטרי בירורין, אבער היינט... איז ער מער נישט מסכים...

ר' בערל יאקאבאוויטש (ברח"צ) האט אבער איבערגעוויזן אז דער איז יא מסכים אונטערצושרייבן נאך היינט צו טאג... האט רז"ל אנגעהויבן קעקעצען און כארכלען...

א י ך     ב י ן    נ י ש ט     ב א ל ע ב א ס.....     !  ! !
איך מוז פרעגן שאול פערלשטיין.... איך, איך איך איך דארף פרעגן אברהם בער יאקאבאוויטש (בן יעקב נחמיה)...

דאס איז געווען פאריגע וואך!

גלייכצייטיג האט ר' יצחק אראפגלייגט די פרעס-שול רעסטארענט אין ראדני, ווי היינט ציט מען דארט מענטשן מיט

הייסע אייער שפייז מיט געדינסטע צוויבעל יעדן צופרי
הייסע טשולענט מיט זויערע אוגערקעס יעדן ליל שישי

א פוסטע ליידיגע שול פאר פרעסער!  

די רעזולטאטן האבן נישט געשפעטיגט צו קומען
דער ארכי שקרן שאול פערלשטיין האט שוין היינט געשימפט און געשאלטן ווי שמשון יאנקעל גאלד בצחות לשונו 

monroe06:

איז דא עפעס א ענטפער אויף צוריק פון שאול פ.?

צום_פונקט:

אזוי ארומגעבונדן איז ער, אז ער קען נישט פועל'ען פאר זיינע נאענטסטע חסידים אז זיי זאלן גיין צו דין תורה?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/1/2008 04:51 לינק ישיר 

דאס האסטו די דרשה וואס דיין רבי (אלס קרית יואל רב) האט געזאגט ביים אבן הפנה פון די ישיבה עצי חיים אין קרית יואל ה' ניסן תשמ"ו


(קרעדיט: זריזות, יישר כח פארן אריינשיקן, און מזכה זיין דעם ציבור דא)


...ביי דער געלעגענהייט וואס מען שטייט דא אין דער הויך, און מען רעדט דא פארן עולם, פיל איך מיר א חוב און א פליכט, אלץ דער וואס טראגט דעם טיטל רב פון די שטאט דא, זיך אויפצושטעלן און רעדן לגבי א בלבול המוחות וואס הערשט דא, וואס גייט דא פאר אין די שטאט.

און די תורה הקדושה שטייט: "ואלה המשפטים אשר תשום לפניהם". דער מדרש זאגט אז הקב"ה האט נישט געגעבן די תורה נאר "על מנת שתשמרו את הדינים" — נאר אויב מען וועט אפהיטן דינים. דאס איז א מצות עשה צו מאכן דינים ביי דברים שבין אדם לחברו. חוץ פון דעם וואס חז"ל דרש'נען: "ואלה המשפטים אשר תשום לפניהם, לפניהם ולא לפני עכו"ם". און דאס איז "שתשים סנהדרין אצל המזבח".

האט זיך געמאכט א בלבול דא און א מין טשטוש המוחות כאילו ח"ו די הנהלת הת"ת דא אין קרית יואל זענען מסרבים זיך צו שטעלן צו א דין תורה. און זענען חלילה עובר אויף דעם חיוב, אויף דעם פליכט וואס יעדער איד איז מצווה, אויב ער האט א סכסוך בין אדם לחברו, עס צו שליכטן אויף אן אופן אדער מיט א פשר, אויב נישט גייט מען צו א דין תורה און "יקוב הדין את ההר".

מוז איך מיך אויפשטעלן דא און מגלה זיין דעם אמת. הגם ס'איז א שמחה דא, אבער אזוי ווי עס איז נישט לאנג צוריק געווען דא די ערבוביא, און מען האט דעמאלט געקלערט אז מען מוז צוזאמען רופן דעם עולם, סיי די היזיגע בעלי בתים און סיי בעלי בתים פון די שטאט, עס גייט אריין אין א גדר פון א חילול השם. ס'קען זיך מאכן א מציאות אז מ'וועט רופן א איד צו דין תורה וועט ער נישט וועלן גיין, און וועט זיך תולה זיין אז ער גייט נישט צו קיין דין תורה, סאטמארער קהל גייט אויך נישט צו קיין דין תורה, סאטמארער מוסדות גייען אויך נישט צו א דין תורה. דעריבער ליגט א חיוב ארויסצוברענגען דעם אמת. ס'זאל יעדער איינער וויסן וואס עס איז געווען, וירא הקהל וישפוט און יעדער זאל זען דעם אמת. 

קודם וויל איך מקדים זיין, ווער זענען געווען די וואס מען האט ארויסגעגעבן א סירוב, ווער זענען די רבנים, דער בית דין חצוף וואס האבן ארויסגעגעבן א סירוב אויף ק"ק קרית יואל. וויל איך זאגן אז עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס איך האב מיט זיי געהאנדעלט. היינט א יאר האב איך געהאט צו טאן מיט דעם זעלבן בית דין. איך וויל אים נישט אנרופן מיטן נאמען דא אין א מקום קדוש. עס איז געווען א מעשה וואס האט זיך געהאנדעלדט דא אין ניו יארק מיט א פרוי אן עגונה.... פערצופאל האט מען מיך אריינגעשלעפט איך זאל ארויסהעלפן אין דעם ענין און איך האב ב"ה געהאט סייעתא דשמיא אין דעם ענין... כ'האב געמאכט א גאנצע איבערדרייעניש און איך האבן גע'פועל'ט ביי אים מיט זיין "גוטסקייט", אז ער האט נישט געגעבן קיין היתר מאה רבנים, נאר דער מאן האט געגעבן א גט. דעמאלט האב איך געזען אזא געוואלדיגן קלות, איך האבן זיך אין מיין לעבן אזוינס נישט פארגעשטעלט, אז ס'קען זיין אזא מציאות פון איינעם וואס רופט זיך א רב בישראל איז פעהיג אנצופירן אזא מין הפקרות... ס'איז אמת ויציב וואס איך זאג, היינט א יאר איז עס געווען. כ'האב דעמאלט אינזין געהאט אז מען דארף עפעס צו טאן, מגלה קלונו זיין ברבים, אבער איך בין ב"ה געווען פארטאן מיט אנדערע זאכן... מיט די ישיבה... יעצט האב איך דאס צווייטע מאל צו טאן מיט דעם זעלבן וואס רופט זיך רב מיט א גאנצן... המכונה בית דין. וויל איך דא דערציילן וואס איז נוגע קרית יואל דברים כהוויתן. 

איך וויל נישט אריינגיין אינם סיפור הענין וואס האט זיך אפגעטאן פאר א יאר די שערוריא מיט'ן עזות, איין מאל אין צוויי מאל און דריי מאל ביז מ'האט געזען אז עס איז נישטא קיין עצה, ס'איז געווארן אן איבערקערעניש. עס איז אריינגעקומען א אידענע צום ארון הקודש און געהאלטן א דרשה, א צווייטן טאג איז געווען ביי א ברית האט מען געמאכט אן איבערקערעניש, לעצענס איז דא געווען ביי א שמחה דא אין קרית יואל, דער טאטע זאל זיין געזונט איז געווען דא, אין מיטן שטילע שמונה עשרה. איך דארף נישט איבער'חזר'ן די גאנצע זאך, אריינגעקומען מיט אזא עזות און חציפות.

כ'האב מיך נאכגעפרעגט ביי מענטשן וואס זענען געווען נאנט מיטן פעטער זכרונו לברכה, עס האט פאסירט א מעשה, איינער איז געווען א מחוצף אין ניו יארק פאר א בעל הבית וואס איז געווען א גרויסער תומך אין די ישיבה. און דער פעטער ז"ל האט אים שטארק צוגעהאלטן, ער האט געהאט זיין ענין דערביי. האט ער געהייסן מען זאל ארויסשטעלן אים פון די קהלה, און די קינדער פון תלמוד תורה. אזוי האט ער גע'פסק'נט בימים ההם. מען קען זיך נאכפרעגן ביי די וואס זענען געווען נאנט און געדענקען די מעשה.

דער טאטע זאל זיין געזונט האט געזען דעם ענין דא, געזען אז עס נעמט נישט קיין עק, מען האט געווארענט מען האט פרובירט מיט גוטן, מען האט געזען אז עס וועט גארנישט נוצן נאר דאס אז מען זאל מרחיק זיין אים מיט די קינדער פון די מוסדות. למעשה האט זיך עס געצויגן ער האט ארויסגעוויזן עזות איין מאל און צוויי מאל און דריי מאל, עטליכע מאל און ער האט באשלאסן אנהייב ווינטער און איז געגאנגען צו הרב באב"ד ז"ל, ער לעבט שוין נישט, און האט פון אים געבעטן אן הזמנה אקעגן די הנהלת התלמוד תורה.

ווען די הזמנה איז אנגעקומען איז עס געווען א גרויסע איבערראשונג פאר די הנהלת התלמוד תורה איבער אזא ענין צו שיקן אן הזמנה... האט מען אנגערופן דעם רב און יענער האט געזאגט אז מען מוז זיך שטעלן צו דין תורה. האט מען געזאגט: גוט! מען גייט צו דין תורה צו התאחדות הרבים. האט יענער געזאגט: גוט עס איז אין ארדענונג. עס איז שוין כמה פעמים פארגעקומען אז די סאטמארע קהלה האט געהאט א סכסוך הן מיט א יחיד און הן מיט א ציבור. נישט לאנג צוריק, אפשר א יאר איז עס, וואס סאטמאר האט געהאט א דין תורה, און קיינער ווייסט אפילו נישט דערפון. ס'איז געווען א דין תורה מיט וויזשניץ און מיט ספינקא, מ'איז געשטאנען צו דין תורה, מען האט אויסגעפאלגט מען האט מקיים פסק געווען. נישט לאנג צוריק איז די הנהלת הקהלה פון שטעטל קרית יואל איז געשטאנען צו דין תורה מיט א יחיד, ביי די התאחדות הרבנים. זיי האבן נישט נושא פנים געווען פאר קרית יואל, ס'זענען געזעצן רבנים מובהקים, דיינים מומחים, און זיי האבן גע'פסק'נט אזוי ווי זיי פסק'נען אפילו קרית יואל איז נישט ארויסגעקומען גערעכט.... 

אזוי איז מען געגאננגען צו די התאחדות הרבנים און מען האט קובע געווען א זמן... נאך אנדערטהאלבן שעה ווארטן איז ער אנגעקומען און מען האט אים געבעטן אונטערשרייבן שטרי בירורין האט ער נישט געוואלט. ווייל ער האט געוואוסט אז דאן איז דא א תביעות פארקערט וואס קהל וועט אים פאדערן. ער האט דאך נישט געוואלט אז מען זאל צו אים אויך האבן טענות, האט ער נישט געוואלט אונטערשרייבן... ער האט אנגעהויבן צו שרייען אז דער בית דין זענען פסול. בקיצור עס איז נתבטל געווארן די ישיבת בית דין ווייל ער האט נישט געוואלט אונטערשרייבן שטרי ברורין. דאס איז געווען ביי די התאחדות הרבנים.

ס'איז אדורך געגאנגען נאך א שטיקל צייט איז געקומען אן הזמנה פון די מאנסי'ער מחוצפים. האט מען געענטפערט אז מ'איז וויליג צו גיין צו דין תורה צו דיינים פון קהל און צום בית דין פון התאחדות הרבנים. האבן זיי אפגעשריבן א בריוו פאר הנהלת התלמוד תורה אז די דיינים פון קהל זענען פסול, התאחדות הרבנים זענען פסול, אלע רבנים וואס זענען חברים אין די התאחדות הרבנים זענען פסול צו זיצן ביי די דין תורה. ס'האט זיך אנגעהויבן אויסצושטלן אז אויב אימיצער האט א סכסוך אין רוחניות , צו וועם זאל ער גיין צו דין תורה? דער טעם איז געווען אז ווער עס האט א שייכות מיט סאטמאר האט א נגיעה און איז משוחד צו סאטמאר, מ'קען נישט גיין צו א דין תורה. וואלט אויסגעקומען אז א זאך וואס איז נוגע די תלמוד תורה ,זאל מען מוזן גיין אדער צו די ציונים, צו די מזרחיים, איך ווייס צו וועמען נאך. נאר וואס מען ווייסט זיכער אז ער האט פיינט סאטמאר, נאר צו דעם קען מען גיין צו דין תורה. דאס איז דער פאקט. מען האט גענומען א בורר און מען האט געגעבן א ליסטע פון וועמען מען איז מסכים ער זאל זיין דער שליש, איז געגאנגען דער מאנסי'ער בית דין און גע'פסל'ט די אלע, ווייל אזוי ווי זיי זענען חברים פון התאחדות הרבנים קענען זיי נישט זיין. 

עס דערמאנט מיך אז עס איז אן אלטע אויסגענוצטע טענה. ווער ס'ווייסט אז אין סיגעט איז געווען א מחלוקה נאכן ייטב לב'ס הסתלקות אין צו צושטיין צו די ארטאקאקסי קיין פעסט. איז געווען א דין תורה און מען האט געדארפט אויסוועלן א שליש, האבן די ספרדים גע'פסל'ט אלע אונגארישע רבנים צו זיין פונעם בית דין. אזוי איז געווען. האט איינער פון די רבנים געשריבן אז לפי טענתם וועט אויסקומען אז אויב עס וועט זיך האנדלען איבער אידישקייט, און אלע רבנים וועלן האבן א נגיעה מעמיד צו זיין הדת על תילה, וועט מען נישט קענען נעמען קיין שום ערליכן רב צו זיצען ביי דעם בית דין ווייל יעדער איינער האט א נגיעה זיך אנצונעמען לכבוד ה' ותורתו. צו וועמען וועט מען דארפן גיין צו דין תורה? צו די נעאלאגן און רעפארמער וואס האבן נישט קיין אינטערעס פארן דת. דאס זעלבע קומט אונז אויך דא פאר. אז אלע רבנים וואס האבן א שייכות, אלע רבנים וואס האבן איבערגעטרעטן די שוועל פונעם פעטער זכרונו לברכה, זענען פסול דן צו זיין א דין תורה. פארוואס? ווייל זיי האבן א נגיעה פאר סאטמאר.

עס קומט דא אויס א געוואלדיגער הירוס הדת וואס מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואס ליגט אונטער דעם. אונזער ישיבה, אונזער תלמוד תורה, אונזער מיידל סקול, האבן פארשידענע תקנות וואס איז נישטא אין קיין שום אנדערע קהלה. למשל אויב א בחור דרייווט א קאר האט דער פעטער זכרונו לברכה געזאגט אז ער האט נישט קיין פלאץ אין די ישיבה. זאל זיך אימיצער פארשטעלן א משל אז אויב עס וועט זיך פארגלוסטן פאר א בחור יא צו דרייוון, און די הנהלה וועט געוואויר ווערן וועט מען אים לויט די תקנה ארויסשאפן פון די ישיבה, וועט ער שיקן אן הזמנה. און די מאנסי'ער מחוצפים וועלן זיך צו דעם אנכאפן און שיקן אן הזמנה. וועט זיך טאן ווער עס זאל זיין אין בית דין. עס איז א תקנה וואס דער סאטמארער רב האט געמאכט. און ווער עס האט איבערגעטרעטן די שוועל פון סאטמארער רב זכרונו לברכה, און ווער עס האט געהאט אן הכנעה פאר אים, וועט זיין פסול דן צו זיין, ווייל ער האט א נגיעה און אלע ערליכע רבנים וועלן זיין פסול דן צו זיין. מען וועט מוזן גיין צו אזא בית דין וואס מען ווייסט אז ער האט פיינט געהאט דעם סאטמארער רב און האט גערעדט אויף אים. דאס זעלבע אין מיידל סקול אויב א מיידל וועט נישט גיין אין זאקן ווי דער דער פעטער זכרונו לברכה האט געוואלט אז מען זאל נישט גיין מיט דורכזיכטיגע זאקן, און די זאקן זאלן האבן א "סים", וועט זיך מאכן א מעשה פון א מיידל וואס וועט נישט וועלן אזוי גיין, און דער מנהל וועט זי ארויסשטעלן פון סקול... ווי אויך א יונגעל פון תלמוד תורה... מען ווייסט נישט וואס דא ליגט דא און ווי ווייט עס קען גיין. היום אומר לו עשה כך. אז עס מאכט זיך אין דעם ענין אן עפענונג, אז מען קען רופן צו דין תורה און מען ווייסט נישט אז דער מנהל איז דער פולשטענדיגער בעל הבית, ווייסט מען נישט צו וואס פאר א הירוס דאס וועט אנקומען.

ס'דארף צו זיין קלאר פאר יעדן איינעם ווער עס שרייבט אריין א קינד ביי אונז אין מוסד... דארף ער וויסן אז אויף דעם תנאי שיקט ער דאס קינד אז ער ווארפט זיך אונטער די הנהלה רוחנית... דער מנהל האט א וועד החינוך וואו מען קען גיין אויב מען איז נישט צופרידן פון מנהל, העכער דעם וועד החינוך איז דער טאטע זאל זיין געזונט מען קען צו אים גיין. אין פאל ער גייט נישט ארויס א צופרידענער קען איך נאר זאגן וואס דער דער פעטער זכרונו לברכה האט געזאגט: "ער זאל זיך גיין וואו די אויגן טראגן אים". אזוי האט ער געזאגט אויף אזא ענין...

צוריק צו אונזער סכסוך... מען האט זיי געענטפערט א בריוו, און זיי האבן יעדן גע'פסל'ט, האט מען זיי געשריבן ווייסט איר וואס? זייט איר מציע. בקיצור האבן אנגעהויבן מציע זיין נעמען וואס איך קען עס ניטאמאל נאכזאגן... זיכער אזוי אז מען זאל נישט קענען גיין צו דין תורה. האט מען זיי געענטפערט א בריוו, אז אין עניני גשמיות זענען מיר וויליג צו גיין צו דין תורה צו יעדן איינעם. אין עניני רוחניות איז דער רבי זאל זיין געזונט דער בעל הבית, אז דער תובע האט עפעס זאל ער אריינגיין צום רבי'ן. און יעדער איינער ווייסט אז דאס איז די ריכטיגע זאך ווער עס איז בעל הבית אויף עניני רוחניות. ביים פעטער זכרונו לברכה איז אזוי געווען, ער איז געווען דער איין איינציגסטער בעל הבית. און היינט איז דער טאטע זאל זיין געזונט ער איז דער בעל הבית אין אלע עניני רוחניות...

ווען זיי האבן באקומען דעם בריוו, זענען זיי געגאנגען און האבן אפגעשריבן א סירוב... און זיי האבן געגעבן רשות צו גיין בערכאות. אין דעם טאג וואס זיי האבן עס אונטערגעשריבן, יענעם טאג איז שוין געווען א "קאורט ארדער". די הכנות דערפון איז ווי יעדער פארשטייט געטאן געווארן פריער, אזוי אז אין יענעם טאג איז דער "קאורט ארדער" געווען גרייט...

איך האב יענעם אנגערופן און געפרעגט... דא בין איך רב, באתרא דחבריה — ווער עס ווייסט נאר אן ענין פון התנהגות ברבנות ווייסט אז — קיין שום רב האט נישט גע'פסק'נט קיין שאלה, אז מען וועט אריינקוקן אין חת"ם סופר און מהר"ם שי"ק און מהר"ם א"ש, אין יעדן תשובה ספר אויב מען פרעגט ענטפטערט מען אים: ער ענטפערט נישט וואו עס איז דא א רב, נישט לאיסור און נישט להיתר. קרית יואל האט א רב, און אויב דו זעסט אז די בעלי בתים ווילן נישט גיין צו דין תורה, שרייבט מען א בריוו פאר דעם רב און מען פרעגט אים און מען פאדערט אים אויף ער זאל זען אז מען זאל פאלגען א דין תורה. נישט דו קומסט ארויס אין יענעם'ס שטאט ארויסצוגעבן א היתר צו גיין צו ערכאות? 

זאגט ער מיר אז איך בין א נוגע. האב איך אים געפרעגט: ווער האט דיר געזאגט אז איך בין א נוגע? האט ער מיר געענטפערט: דער בעל דין האט אים אזוי געזאגט. האב איך אים געזאגט: זעסטו שוין ווי דיינע דין תורה'ס גייען! יענער האט דיר געזאגט אז איך בין א נוגע, האסטו מיך שוין גע'פסל'ט, און האסט מיך ניטאמאל געפרעגט... און האסט מיך דן געווען שלא בפני?... און אויב איך בין א נוגע, איז דאך דא אין קרית יואל א דיין, פארוואס האסטו אים נישט געפרעגט?... דער דין איז אין שו"ע חו"מ סימן י"ג אז אויב עס איז דא א סכסוך, צוויי צדדים, און זיין קענען זיך נישט אויסגלייכן, זאגט דער רמ"א אז דער מנהיג העיר קלויבט זיי אויס א שליש, אויב עס איז נישטא קיין מנהיג, דאן גייט מען פאר דריי און יענע קלויבן אויס א שליש. זיי דריי, יענע חברה קלויבן אונז אויס א בית דין. זאלסטו וויסן אז קרית יואל האט א מנהיג, קרית יואל האט א רב, און אויב מען דארף אויסקלויבן א בית דין, בין איך דער וואס וועט עס אויסקלויבן. און די האסט זיך נישט אריינצומישן דא אין די שטאט...

מפי עוללים ויונקים יסדת עוז, ווען דער חצוף איז אנגעקומען דארט אין די תלמוד תורה, זענען אים באפאלן די תינוקות של בית רבן, און מיט אן התלבהות דקדושה אים ארויסגעיאגט, אזוי אז ער איז אנטלאפן וואו ער האט געקענט. באמת איך וויל זאגן די קינדער דא אין קרית יואל אז זיי האבן מקדש השם געווען ברבים, זיי האבן געוויזן אז דער קארט וועט נישט איינטיילן וויאזוי די תלמוד תורה וועט זיך פירן...

על כל פנים עבירה גוררת עבירה, און ער איז געגאנגען אין ערכאות וואס אויך דעם שטייט אז מען איז א מרים יד בתורת משה, אויף א היתר וואס איז גארנישט מיט גארנישט. נאכדעם האט ער געוויזן וואס ער קען און ער האט איינגעגעבן ממש א מסירה אויף די תלמוד תורה... על כל פנים דאס זענען די רבנים, דאס איז זייער פסק, אזא פנים טראגן זיי, דאס זענען רבנים וואס ווער עס קען זיי אין פריוואטן לעבן, קענען זיי נישט זיין קיין מעמבער אין סאטמארן קהל. ווייל נישט זיי פירן זיך אויף לויט די שטאטוטן פון סאטמארן קהל, נישט זייערע בני בית און נישט זייערער קינדער. זיי קענען נישט זיין קיין מעמבערס מכח אידישקייט אין סאטמארן קהל, אבער דיינים אויפן סאטמארן קהל פארגלוסט זיך זיי יא צו זיין.

אבער ח"ו צו זאגן אז די הנהלת התלמוד תורה וויל נישט גיין צו דין תורה. הגם די הנהלת התלמוד תורה טענה'ט אז זיי זענען בכלל נישט די בעלי דינים, ווייל זיי זענען טאקע נישט די בעלי בתים אויף ענינים רוחניים. וואס דאס איז א טענה ווען מען זאגט עס. יעדער רב פארשטייט עס אז אין רוחניות זענען זיי טאקע נישט קיין בעלי בתים... אבער עם כל זה האט מען געזאגט אז מען איז גרייט יעדן טאג צו גיין צו דין תורה. די דייני הקהל זענען גענוג ערליך, און גענוג פארלעסליך, מיר פארלאזן זיך מיט אסאך הארבערע ענינים אויף אונזערע דיינים. און זיי וועלן אוודאי קענען דן זיין, אויב דער בעל דין זאל נאר וועלן, קענען זיי דן זיין. אבער חלילה צו זאגן אז קרית יואל גייט נישט צו א דין תורה.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/1/2008 05:14 לינק ישיר 

דוד... דוד... שטיי אויף פון דיין שלאף.......

יו מיס די באוט.....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/1/2008 05:23 לינק ישיר 

דוד,
אויב האסטו דעם טעיפ וואלט געווען כדאי עס ארויפצולייגען, שוין א לאנגע צייט וואס איך זוך ארום דעם טעיפ.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/1/2008 05:43 לינק ישיר 

דאס האסטו פארגעסן צו מאכן באלט




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/1/2008 06:52 לינק ישיר 

אין וואס טוט מיטן שוויץ יעדן ליל שישי פין דעם האט דער ראש הקהל
פארגעסן
מען פרעסט אין דעם שוויץ קוגעל מיט שפערץ
 מען זיצט דארטן ווי אדם הראשון נאכן חטא
דארט איז ב"ה יעדער איכפת ליה מען קומט ערליך
דאס אויך נאר פאר מעמבערס
א. ברוין וכד דילה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/1/2008 18:38 לינק ישיר 

 

פון אים רעדט מ' דא??? פון די גרעסטע שיכורים בדורינו
און מיט דעם אלעם האט מסכים געווען צו גיין צו התאחדות הרבנים אדער א זבל"א פון היימישן חדר

דאס הייסט ערליכע אידן



תוקן על ידי איציק_מיכל ב- 02/01/2008 18:59:31




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/1/2008 19:26 לינק ישיר 

דוד ביטע לייג ארויף דעם טעיפ



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/1/2008 19:51 לינק ישיר 

ר' שיע, און וואס וועט זיין מיטן "איד"? קען מען עס עפעס לאזן האלב ליידיג?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2008 01:57 לינק ישיר 

איך פארשטיי נאכניטש וואס דער דוד וויל מיט די דרשה,
(אגב א גרויסן יישר כח דערפאר, איך האב שטארק הנאה געהאט דערפון)

די רבי שליט"א זאגט דאך קלאר אז אין עניניו גשמיות וויל ער זיך שטעלן צו סיי וועלכע בית דין, און איך וועל נאכברענגען די לשון:
"האט מען זיי געענטפערט א בריוו, אז אין עניני גשמיות זענען מיר וויליג צו גיין צו דין תורה צו יעדן איינעם"

אלזא, וואס איז ענקער טענה, רבינו שליט"א איז יעצט מסכים אינטערצושרייבן שטרי ברורין, אפילו ער איז נישט קיין נתבע און איז נישט דער תובע, און ער האט שוין געוואלט יארן צירוק ווען עס איז פארגעקימען מחלוקת אין זיין קהלה אין קרית יואל, פארוואס קען זיך נישט ענקער פירער אפלערנען אזויפיל פון זיין ברודער, (אדער אפשר איז ער נישט פירער ווי ער האט געזאגט פאר יוסל ג.) כ'פארשטיי אז לערנען קען ער זיך נישט אפלערנען, דאס האט ער געדארפט אנפאנגען אלץ אינגל אדער בחור, אדער כאטש אלץ אינגערמאן, אבער אזויפיל ווי גיין צום דין תורה פאר דעם דארף מען נישט קענען קיין סאך, מ'דאראף נאר זיין א שטיקל מענשט,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פאקט, ווער וויל גיין צום די"ת און ווער נישט??
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.