ס'איז געווען א דינער וואס איך געדענק נישט אזא שיינער דינער
צוויי שעה אין א צי איז דער עולם געזעצן שטיל, צוגענאגלט צו די ערטער, מען האט געקענט הערן ווי א נאדל פאלט אראפ, ביי די תקנות דעבאטע פון ר' הערשל פריעדמאן און ר' יצחק גרינפעלד, און ביי די דרשה פון רבי'ן נאכגעפאלגט מיט די צוויי קורצע דרשות פון הרה"ג ר' חיים פריעדמאן און העסקן ר' משה אהרן האפמאן, וועלכע האבן אויסגערופן תקנות און פלענער וועגן ביליגע חתונות
אזוי ווי עס איז געווען ניטל, איז עס טאקע געווען סאמטינג דיפערענט, דער גאנצער דינער איז פארוואנדלט געווארן אין אן אסיפה וועגן חתונה תקנות
מען קען זאגן אז עס איז געווען א היסטארישע נאכט, טויזנטער אידן זענען געזעצן מיט אן ערנסטקייט און צוגעהערט מיט אחריות צו די דעבאטע און דרשות און דברות קודש וועגן חתונה תקנות, וואס וועט בעז"ה אפראטעווען דעם חרדישן דור פון א פינאנציעלן צוזאמברוך ח"ו.
_________________
|
|