די טעג האט
איינער ארויסגעלייגט העסליכע פאשקעווילן אנטקעגן די נאבעלער חסד ארגאניזאציע
"קרן עזר" און איר מיאוס באשמוצט.
עס איז דאס
ערשטע מאל זינט איך געדענק וואס מען זאל אזוי פארעקלען די גאסן אויף אן
אומפארטייאישער מוסד, און ווען איך האב דאס געלייענט האב איך דאס צוערשט
אוועקגעמאכט אז ער איז סתם א בייזוויליגער פארשוין וואס אים שטערט אז אידן טוען
חסד איינער פארן צווייטן.
אבער ווען איך
האב געהערט אין ביהמ"ד ווי מענטשן טוען ערנסטערהייט ציטירן פון דעם צעטל,
כלומר, מען רעדט דא פון אן אנגעזעענער מענטש וואס ווייסט "אינסייד"
אינפארמאציע אז עס טויג נישט דער גאנצער סיסטעם, האב איך אפגעמאכט אז, אלס איינער
וואס איז גאר שטארק באקאנט מיט אומצאליגע פעלער וואס האבן ממש געראטעוועט אידן פון
דורכבראך, און נאך ערגער, שפור איך ווי איך מוז ארויסקומען אין דער עפנטליכקייט
און קלארשטעלן די פאקטן וואס יעדער פאר זיך קען אליינס אויסגעפונען די ריכטיגקייט
דערפון.
דער יעניגער
הייבט אן זייער שיין: "מיט עהרע און שעצונג צו ענקערע פעולות וואס איז
באקאנט..." און דערנאך האט ער א ים מיט טענות.
די ערשטע און
געפערליכע פארברעך איז אז קרן עזר רופט זיך "קופת העיר" וואס אין זיינע בלינדע
אויגן איז דאס א געפערליכער עוולה ווייל טראגנדיג דעם נאמען, מוזן זיי האבן אן
ענדלאזער אוצר פון געלט וואס זאל קלעקן פאר "אלע" נצרכים, אבער, ליידער
צוליב דעם איבערפלוס פון נצרכים ווערט די קאסע גאר שנעל אויסגעליידיגט, און עס
מאכט זיך אז א מענטש ווערט נישט געהאלפן מיט "אלע" זייערע געברויכן.
שרייבן אזעלכע
ווערטער ווי "אז מען קומט צו אייך אין אפיס אריין, שטויסט מען זיך אן אין
גראדע ווענט, ווייל אדער טרעפט מען דעם טיר פארמאכט, אדער רעדט מען אויפן טעלעפאן,
און איז נישט דא קיין אוזן קשבת צו זייערע פראבלעמען, און אז מען טרעפט שוין יא צו
וועמען צו רעדן ענטפערט מען אז דאס איז נישט קיין עסק פאר קרן עזר....." איז
א פרעכער ליגן, וואס מען קען זיך אליינס איבערצייגן און זען די ווארימע אידן וואס
ארבעטן דארט וואס געבן זיך איבער בלב ונפש צו יעדע קעיס באזונדער.
און יעצט קומט
דער חכם צו זיינע געוואלדיגע פראגעס:
*--[if !supportLists]*א)
*--[endif]*צו איז מיט עפעס פארמינערט געווארן דאס געלט גיין פאר היימישע נצרכים זייט
איר האט געעפענט דעם "קרן עזר"???
*--[if !supportLists]*ב)
*--[endif]*אדער צו זענען דא ווייניגער טיי-אוונט און אזעלכע מסיבות פאר היימישע זייט
איר האט געעפענט דעם "קרן עזר"???
ליידער איז
אין קומץ משביע את הארי, און ווער עס איז אביסקעלע באקאנט מיטן שווערן מצב וואס
הונדערטער משפחות גייען דורך אין זייער טעגליכן לעבן, ווען פרנסה איז נישט אזוי
גרינג ווי אמאל (אפגערעדט ווען מען האלט פארן חתונה מאכן א קינד, וואס דאן איז דער
איבערוויגנדער רוב פון געווענליכע ארבעטער קענען נישט נאכקומען די הוצאות און
ברעכן צוזאם) וואלט פארשטאנען אז ניין, עס האט זיך נישט געענדיגט דאס גיין נאך
געלט פאר היימישע נצרכים. און יא, עס איז זיכער פארמינערט געווארן.
ער שרייבט
ווייטער:
*--[if !supportLists]*ג)
*--[endif]*איר שרייבט אז עס איז פארטיילט געווארן א סכום פון איינס און האלב מיליאן
דאללאר פאר הכנסת כלה, פרעגן מיר אפשר קענט איר אנווייזן ווער האט באקומען פון דעם
סכום לצורכי הכנסת כלה???
זאת ועוד, די דריי הונדערט טויזנט דאללער וואס איר
שרייבט אז איר צאלט פאר דריי-גודס און אכציג טויזנט דאללער פאר מצות, צו דען קענט
איר אויפווייזן ווער עס האט באקומען פון דעם דערמאנטן סכום פאר דריי-גוד און
מצות???
הייסט עס אז
ער וויל מען זאל אים ארויסגעבן די ליסטעס פון אלע וואס האבן שוין גענאסן פון דער
קאסע. דאס וועט נישט געשען ביי א מוסד וואס געט אכטונג אויפן כבוד פון די אידן
וואס מוזן נעבעך צו זיי צוקומען.
איך עצה פאר
אלע וואס דער הארצלאזער מענטש האט געהאט אויף זיי אן השפעה מיט זיין שמוץ-בלעטל צו
כאפן א שמועס מיט מר. וויזנער ני"ו וואס ער האט צו זאגן אויף ר' משה דייטש
שליט"א און איבער זיין וואונדערליכע חסד ארגאניזאציע. ער האלט פון ר' משה'ן
וועלטן, און עס איז פשוט אזוי, ווייל, ער אלס בעה"ב פון דעם גרעסטען דריי
גוד'ס געשעפט אין וויליאמסבורג ווייסט ער גוט וויפיל מענטשן האבן שוין הנאה געהאט
פון קרן עזר.
ווייטער שפינט
ער זיינע מיאוסע ווערטער:
"מיר
פרעגן, צו דען וועגן די דריי הונדערט טויזנט דאללאר וואס איר צאלט....... זענט איר
אנגערופן "קופת עניי העיר", עס זענען נאך דא אנדערע וועלכע פארטיילן
אזעלכע סכומים, ווי למשל די באקאנטע משפחת לויפער....... און די זעלבע די באקאנטע
משפחת פאלאטשעק..... און פארט ווערט זי נישט אנגערופן וועגן דעם "קופת
העיר" און מאכן נישט אזא מערכה ווי איר....."
הייסט עס אז
זיין פראבלעם איז אז מען רופט זיך "קופת העיר", דהיינו, אז ער וואלט
פארגעשלאגן אז מען זאל אראפנעמען דאס ווארט "העיר". זאל עס הייסן:
"קופת עניים".
שרעקליך. מען
טאר זיי טאקע נישט שטיצן. זיך רופן מיט אזא נאמען? די עוולה איז דאך עד לב השמים.
וואו האט מען געהערט אזאנס?
די מערכה וואס
זיי מאכן איז אלעס אויסגעצאלט פון נדיבי לב, וואס פארשטייען אז אנצואווארעמען די
הערצער מוז מען דאס שטארק אדווערטייזן, און אזוי קען מען ערווארטן די שטיצע וואס
מאסן אידן קומען טאקע ארויסווייזן מיט שעצונג, און אויסער דעם העלפט עס א גאנץ יאר
ווען מען ווייסט צו זאגן איבער דעם מוסד, און עס איז גרינגער צו גיין צו עשירים
נאך געלט.
איך האב שוין
גענוג מאריך געווען, און עס איז א רחמנות אויף דעם אידישען נשמה וואס האט גאנץ
מעגליך אוועקגענומען עטליכע נאאיווע מענטשן וואס ווערן פארגלייבט אין א פאשקעוויל,
אז זיי זאלן זיך נישט באטייליגן ווי עס וואלט אויסגעפעלט.