משפט שלום דיין, נעמט מיאוס נקמה אין יצחק ראזענבערג
איך הער אז איינער פון די קאורפטירטע משפט שלום דיינים, וועמען ר' יצחק ראזענבערג האט זייער אראפגעריסן אלס מקבלי שוחד האט נעכטן נאכט (ד' וארא) שטארק נקמה גענומען פאר דעם.
ווער עס האט געוואלט משחד זיין זענען עס געווען די אהרונים, וועלכע זענען ארויפגעקומען צו אים אין שטוב א שעה פאר די חתונה און געברענגט א טשעק פון אבני חסד אזוי ווי די אהרונישע דיינים לערנען זיך ביי אים.
ערשט דערנאך האבן זיי אנגעהויבן צו רעדן איבער געלט פאר'ן זאל, איבער וואס דער סענדזשארצער רב שליט"א האט זיי קלאר געזאגט אז עס איז נישטא קיין שום שאלה.
נשלח ב-3/1/2008 23:45
שלום עליכם דוד מיר ווארטן נאך אויף די דאקומענטן
ווען מ'האט געברענגט די אבני חסד טשעק איז שוין געווען 5 טעג נאכן באצאלן פאר קהל די $200
נשלח ב-3/1/2008 23:55
די אבני חסד טשעק קימט אויף די פאסט
און דוד יעצט וועסטו מודה זיין אז אבני חסד געט פאר יעדן נישט קיין חילק ווי מ'בלאנגט,
די סאטמארע דיינים האבן זיך געלערנעט ביי סאטמאר מאנסי רב שליט"א
נשלח ב-4/1/2008 00:01
דאס טשעקל איז געקומען פאר'ן 20'ער...
נשלח ב-4/1/2008 00:05
געטס א קוק ווי שנעל די ניגון טוישט זיך פון הרב הגאון סענזאשער רב שליט"א צו עפעס א דיין לייטנערס איידעם אלעס נאר ווייל ער גייט נישט מיט ענק
נשלח ב-4/1/2008 00:05
די קשיא איז פארוואס ווען דער ירושלימער רב זאל זיין
געזונט איז נישט געגאנגען קיין עוז והדר מסיבה ווייל דער נגיד פאלגט נישט
דעם דין תורה, און דא אין וומסב"ג ווען די רוחני פירער האלטן מיט פון דער
נאענט דעם עיוות ועיני הדין און ברבים שטיצט מען ווייטער דעם פאן וכו' וכו' וגו'
נשלח ב-4/1/2008 00:07
יזכר לך אתמול אשר דברת!
טיפיקעל אהרונים, ווער עס גייט נישט מיט זיי אין שפאן, ווערט גלייך אן אפגעפרעגטע מורה הוראה, און ווער עס נעמט זיך אהן פאר זיי ווערט אויפן מינוט מגדולי פוסקי דורינו! אפילו עס האנדלט זיך מיטן זעלבען מענטש אפאר טאג גערוקט!
פאר דריי טאג צוריק איז רבי עזריאל מאיר געווען "דער רבי עזריאל מאיר שליט"א איז פון די גדולי הפוסקים בדורינו, ער איז רבם ומדריכם פון רוב דיינים אין וויליאמסבורג, און זיין פסק האט א ווייטן אפקלאנג ביי יעדן ערליכן איד" (כלשונו של mechel19 ) און "ער איז נישט סתם א מחותן א בעה"ב, ער איז שוין פון די גרעסטע דיינים דא אין וויליאמסבורג, דאס ווייסט אויף די ערנסקייט פון די שאלה און מיט וואספארא ערנסקייט די בעלי הוראה און תורה-אידן נעמען דאס אויף," (כלשונו של לעבעדיגער), און דא פליצלינג איז ער געווארען א שוחד נעמער און א תלמוד חכם שאין בו דעת... אזוי זעהט מען אויס ווען דעת בעה"ב פירט א קהילה.