בית פורומים כל העולם כולו

מרן רבינו פאריפט א אסיפה איבער שחיטה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/1/2008 08:18 לינק ישיר 

עס איז געווען זייער זייער זייער אן איינדרוקספולע מסיבה ביים רבי'ן, נישט קעגן קיינעם, נישט קעגן קיין איין פירמע, נאר מברר צו זיין בכובד ראש א פארהעלטניסמעסיג נייע טעכנאלאגיע וואס רופט זיך "רינס ענד טשיל"
 
RINSE and CHILL

(שווענקען און אפקילן)

דאס שאפט פראבלעם ביי בדיקת פנים (בודק זיין די לונגען אינעווייניג אין די בהמה) און אויך ביי בדיקת חוץ (ווען די לונגען איז שוין ארויסגענומען פון די בהמה)

טייל רבנים האבן געהאלטן אז עס מאכט אויך פראבלעמען פאר מליחה, נישט אלע האבן אזוי געהאלטן, אבער איבער די בדיקה האט יעדער איינגעשטימט אז עס שאפט ערנסטע פראבלעמען

ביים הויפט פלאץ פון מיעל מארט, אין שיקאגא, איז די טעכנאלאגיע נאך בכלל נישט איינגעפירט געווארן (.ד.מ. אז די סאטמארער פליישן האבן בכלל נישט די שאלה), אבער ביי אנדערע ערטער וואו מיעל מארט שעכט, לאס אנדזשעלעס, דענווער, טעקסעס און נאך האבן די שלאכט הייזער שוין יא אנגעהויבן נוצן די טעכנאלאגיע (פארשטייט זיך פאר זייערע בהמות, די טריפה'נע), און די שאלה איז אויפגעקומען אויב דאס טויג פאר די כשרע בהמות, נאכדעם וואס די היימישע שוחטים האבן דאס אויספרובירט און זיך אנגעשטויסן אין פראבלעמען

אין רובאשקין אין אייאווע (דארט וואו עס איז פאריגע וואך פארגעקומען די קאקוסעס) איז עס נאך אויך בכלל נישט איינגעפירט

אלע רבנים זענען געווען איינשטימיג אז עס טויג נישט, און כפי השמועה, איז די זאך שוין מסודר, עס גייט נישט זיין אין קיין איין פלענט פון היימישע שחיטות

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/1/2008 08:23 לינק ישיר 

די רינס ענד טשיל איז נישט קיין שום רעגולאציע, עס איז נישט קיין געזעץ, סתם א פארשענערונג אינעם פלייש פון די בהמה וואס די פלייש פירמעס זוכן

ווער עס וויל פארשטיין וואס דאס איז, קען מאכן א סוירטש אין גוגל אויף rinse and chill

אדער זען דעם לינק

http://www.mpscinc.com/home.html

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/1/2008 01:53 לינק ישיר 

היינט רעד איך צו א הייסן זאלי, און יענער שעלט איז די גאנצע אסיפה איז נישט מער ווי א דזשאוק, אדער א טריק פון רבי'ן שליט"א (אהרן)...

ער מיינט אז אזוי וועט ער האבן די רבנים... און נאך אזעלכע קללות נמצרות.

פרעג איך יענעם:
לאמיר זאגן אז ביסט גערעכט, ס'איז א טריק
לאמיר זאגן אז וואס די זאגסט אז אלע רבנים האבן אים פיינט שנאת מות.

אבער גיב מיר צו פארשטיין איין קשיא:  נאר איין ביטע.

פארוואס שפילט הרב ווייסמאנדעל, הרב מנירבאטור, ר' הלל וויינבערגער, גאלאנטער רב, ר' מיכל שטיינמעץ, טאהשער דיין, ווינער רב, בעלזער' דיין, וויזניצער דיין, און נאך און נאך און נאך ערנסטע אומפארטייאישע רבנים - פארוואס שפילן זיי מיט דעם נערישן, עקלדיגן, שמוציגן טריק פון סאטמארער רבי'ן?

געוואלד פארוואס?

ווייסן זיי דען נישט אז ער האט גערופן זיין טאטען אין קאורט?
ווייסן זיי דען נישט אז דער איד רייסט אים אראפ יעדע וואך, אלס א שייגעץ און עוכר ישראל?
ווייסן זיי דען נישט אז ער האט אריינגעשלעפט סאטמאר אין ערכאות?
ווייסן זיי דען נישט פון די צוואה פון בירך משה אז ער איז א סורר ומורה?
ווייסן זיי דען נישט אז וויליאמסבורג" זיין ברידער'ס טעריטאריע?
ווייסן זיי דען נישט אז די גאנצע אסיפה איז נאר צו שטעכן זיין ברידער?

פארוואס זענען זיי אראפגעקומען ווי שעפסן קיין סיגעטער ביהמ"ד, ווען די התאחדות הרבנים איז בלויז א שפאן אוועק?

איבריג צי זאגן אז איך ווארט נאך אלץ אויף א תירוץ.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/1/2008 01:58 לינק ישיר 

גוטזאגער


עס איז געווען אזא געלונגענע אסיפה, טא וואס רעדסטו נאך פון די פארביטערטע זאלונים?...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/1/2008 03:01 לינק ישיר 

דער שפיטווקער האט א האבי צי זיין אין די העד ליינס
היינט קומט ער אריין אין ראדני איין שטיק פייער
מיט א האנט אריין געשטעקט אין די זייט פין גארטעל אין די פינגערס געבויגן ארויף
ער שפאנט צי מיט הייסע טריט ווי סזיצט
יצחק טירנויער נ. קרויס . גילקמאן . יאקאבוויטש
אין ער זאגט זיי מילא ער מאכט אן אסיפה
 שוין ער איז דאך א סאטמארע רבי
אבער ער זאל מיר איינטיילן וועלכע פליישען איך זאל עסן היה לא תהיה
דא איז דער פאנטש ליין ער געט א ווינק מיט די אויג פאר גליקמאן
איך מיין איך גיי סטאפאן עסן פלייש
דער עולם ארום האט זיך ציקאצקעט פאר געלעכטער
 







דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-8/1/2008 03:18 לינק ישיר 


איינער וואס איז געשטאנען אויף די גאס די גאנצע צייט פון די אסיפה און איז אריין תיכף ווען מ'האט געעפנט די טיר דערציילט:

אז די רבנים האבן זיך זייער ווארים געזעגנט מיט'ן רבי'ן שליט"א פארן אהיים גיין, און ס'האט'זיך געמאכט אזאלעכע קיפקעלעך רבנים ארום דעם רבי'ן און מ'האט זייער העפליך געשמיסט אזוי שטייענ'דיג

דער אינגערמאן זאגט אז ס'איז געווען זייער א שיינע מחזה צו זעהן, אבער הערן האט ער נישט געקענט געהעריג ווייל דאמאלטס  איז שוין געווען מערערע מענשן ארום

איינער האט מער פרטים פון וואס דער שמועס איז געווען??? 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/1/2008 06:02 לינק ישיר 

איך וויל דא דערמאנען א מעשה פאר יעדן

הרב הגאון המפורסם בעל קני בושם שליט"א האט נישט לאנג
צוריק געהאט א שמועס מיט ר' חיים הערש מייזליש פין בני ברק
וועגן דעם גאנצן ענין פין סאטמאר היינט אז סאיז ציטיילט
בתוך הדברים געט זיך ר' מאיר א רוף אן לאמיך דיר זאגן
אז איינער וועט זאגו אז דער סאטמאר רב טאנצט אויף א חתונה 

וועט יעדער סאפנטאן פרעגן וועלכע סאטמאר רב 

אבער טאמער איינער וועט זאגן  
אז דער סאטמאר רב מאכט א אסיפות הרבנים וועגן הלכה שאלות
אז דער סאטמאר רב  האט געהאלטן א דרשה פין צוויי שעה
אז דער סאטמאר רב האט געפסקעט
אז דער סאטמאר רב  איז א גאון עצום

וועט קיינער נישט פרעגן וועלכע סאטמאר רב

א הייליג אין אמת  ווארט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/1/2008 14:15 לינק ישיר 

דער גאון און פוסק זקן הרבנים זקן ויושב בישיבה הרה''ג ר' שמואל הלוי וואזנער שליט''א אב''ד זכרון האט געזאגט ''איך מיש זיך נישט אים פאליטיק וואס טוט זיך אין סאטמאר אבער וואס זאל איך טוהן איך האב ליעב תורה'' דאס האט ער געזאגט אויף רבינו שליט''א .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2008 01:00 לינק ישיר 

איינער זאגט מיר אז ער האט גערעדט צו איינע פון די רבנים וואס זענען דארט געווען
און יענע רב האט נישט געוואלט צופיל רעדן וועגן די נושא
אבער ער האט א זאג געגעבן פאר דעם יוד

"איין זאך קען איך דיר זאגן... דיין רבי איז א גאון עצום... א וועלט'ס רבי... הלכה כמותו בכל דבר... אזא אסיפה וואס ס'איז געווען זונטאג איז שוין נישט געווען יארען לאנג, מיט אזא אמת'דיגקייט וואו יעדע איינציגע רב זאל מיינען נאר דעם נושא און נישט קיין פאליטיק"

קאמענטארען זענען איבריג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2008 01:06 לינק ישיר 

יענער רב האט אזוי געזאגט?


wow 

עס איז ממש מרפסין איגרא!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/1/2008 01:19 לינק ישיר 

א וואונדער אז די זאלי'ס זענען ארויס פון די גלייזען??,,,,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2008 19:34 לינק ישיר 

מזל טוב!!

די אסיפה להגדיל ולרומם קרן אהרן ט"ב איז ב"ה דורך מיט סוקסעס!!

א שאד נאר אז מ'האט עס נישט געמאכט פאר די אלבעני פסק און געלאדענט די אלבעני דשאדשעס.

מארגן מאכט זלמן לייב אן אסיפה מיט 100 רבנים און די SEASAW טוישט זיך!!!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2008 19:44 לינק ישיר 

זיכער ער וועט מאכן א אסיפה מיט די רבנים וואס ער איז געווען מיט זיי אויף די ליסטע פונ'ם צייטונג היינו (רעפארם ראבייס) ווייל מיט די האט ער א שפראך , אבער מיט די רבנים וואס זענען ביי די אסיפה פון רבינו שליט''א האט ער נישט קיין שפראך ווייל דארט דארף מען קענען לערנען , העכסטנ'ס וועט ער מקיים זיין דעם פס' ''ישב בדד וידום'' .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2008 20:09 לינק ישיר 

איך פארשטיי פארוואס די זאלונים שפרינגען.

עס איז שוין די צווייטע מאל וואס דער פארריפט א אסיפה אין וויליאמסבורג
און אלע רבנים קומען. דאס טוט באמת זייער וויי.

אפגעזען וואס דער צוועק איז, אטענשאן, צייט-שטיפן. פאליטיק.
דער מציאות טוט זייער וויי. טאקע ווייל יענער קען עס נישט נאכמאכן.

טאנצען חסדי ה' און מאכן א שיינע פיקטשער קען יענער אויך, אבער דאס טוט וויי - ווייל ער קען דאס נישט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2008 21:11 לינק ישיר 

א פלא


איך דאווען יעדן טאג אין גרויסן ביהמ"ד און קיינער רעדט נישט דערפון...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מרן רבינו פאריפט א אסיפה איבער שחיטה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.