בית פורומים כל העולם כולו

א מאווי ביי לי עוו. קארנער פארקאש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/1/2008 17:00 לינק ישיר 
א מאווי ביי לי עוו. קארנער פארקאש

זאל יעדער גיין קוקן אין זיך אליינס איבער צייגן אז אשר יגרנו בא
ביי שלום לאנדאס רעסעטראנאט כאפט מען יעצט א מאווי
אקטיארן פארשטעלט ווי יודען רח"ל

זינט דער הגז"ל האט זיך דא אנגעריקט האט זיך נישט געסאפעט די פראבלעמן
אריטסטען
עירוב
מאווי סטאדיע
פרעס טראק
בחורים אן קיין ישיבת
כולל ווילימסבורג

אין יעצט אין הארץ פין וויליאמסברוג כאפט מען א מאווי אין אין פוצה פה ומצפצפה
נישט קיין הערשעלע קלאר
נישט קיין גרינבוים
נישט קיין יודעלע שלעזינגער

קיינר פראטעסטירעט נישט נאר דער פרעס טראק איז א פראבעלם
דאס זענען די פירות פינעם עם הארץ



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2008 20:08 לינק ישיר 

ביבער די דערמאנסט מיך א גיטע מעשה
פין איינע פין זקני תלמידי רבינו הקדוש זי"ע
וואס דער רבי זי"ע
פלעגט אליינס איבער זאגן ווערטער בשמו
דאס איז הרב החסיד ר' אברהם מאיר פויגעל שליט"א לאויש"ט
האט ער געזאגט ווען דער הגז"ל האט זיך דא אנגעריקט
האבן זיי פאר דעם ארום געשיקט אויף די פאסט
היתכן נאר קרית יואל מאנסי בארא פארק האט  א רב
למה נגרע וויליאמסברוג דארף אויך א רב
האט ר' אברהם מאיר געזאגט
דער פסוק הייבט נישט אן למה נגרע
דער פסוק הייבט זיך
אנחנו טמאים לנפש
ודפח"ח



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2008 20:25 לינק ישיר 

ווען עס האט זיך געקאכט מיט די שווארצע און עס אזי ארויסגעקומען זייער א מיאוסער פאשקוויל. האט מען געזאגט פאר'ן רבין זי"ע אז דאס האט געשריבן אברהם מאיר פאגעל. האט זיך דער רבי זי"ע אנגערופן "אה, ס'קען נישט זיין, אברהם מאיר פאגעל פארשטייט אפילו נישט וואס דארט שטייט"... ודפח"ח



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/1/2008 20:31 לינק ישיר 

אינטערסאנט דאס ווארט מנע מגיפה מנחלתך וועגן גיין צים כותל
האט דער רבי יא נאכגעזאגט בשמו
אין איבער דעם פאשקוויל וואס איז ער שולדיג אז
ר' משה מנחם קען א בעסערע לשון הקדוש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2008 20:38 לינק ישיר 

ס'איז בפירוש געשטאנען אין בלאט...


א פרייליכן פורים...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/1/2008 21:38 לינק ישיר 

איך הער אז ס'איז דא יעצט א פראטעסט דארט ביי מארסי און וומ"ס סטריט, עטליכע אינגעלייט שטייען דארט אין שרייען פפפפפפפוי...!!!! פפפפפפוי...!!!.........

מיין מיינונג איז אז זיי מאכן א חילול השם, מילא אידן טוען דאס קענען זיי שרייען, אבער וואס איז דאס מוחה זיין קעגן גיום וואס טוען א זאך וואס איז זייער נארמאל אין זייערע אויגן? מילא מ'זעצט זיך אראפ מיט זיי און מ'איז זיי מסביר, איז איין זאך, דא האט מען קיינעם נישט מסביר געווען, ס'איז נאכנישט געווען קיין צייט ווען דאס צוטוען, סתם קומען און שרייען אויף די גאס פוי, גייטס ארויס פון וויליאמסבורג ?

(איך רעדט שוין נישט פון דעם אז אלעס ווערט אפגעכאפט אויף קעמרע, און מיט דעם פארשעמען זיי דאס אידענטום שפעטער)




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2008 22:10 לינק ישיר 

דאס איז נישט פשוט א מאווי, דאס איז זייער א מיאוסע מאווי ואס פארשעמט די היימישע אידן, די מאווי איז וועגן עפעס א אפגעפארענער יואלי און דארט שפילן נעבעך אפגעפארענע בחורים מיט בערד און לאנגי פיאות, מיט א תפילין זעקל אין די האנד, פשוט מען מאכט שפאט פון היימישע אידן, און דאס טיט מען ביי אונז אינדערהיים, יא, מען דארף פראטעסטירן און מאכן געוואלדעס, מילא דו פארשעמסט אונז, אקיי, אבער טוה עס נישט ביי אונז אינדערהיים, קען זיך עמעצער פארשטעלן אז מען זאל מאכן א מאווי ווי מען פארשעמט די שחורים און דאס כאפן אין הארלעם אדער אין בעדפארד סטייועסענט?, איך האלט אז אלע כלל טוערס דארפן ארויס גיין פארפירן, ס'איז פשוט נישט מענטשליך, און יעדער שווייגט.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2008 22:32 לינק ישיר 

יוסף אלי'
איך ווייס נישט אויב עס איז טאקע אזוי ווי די זאגסט אז אפגעפארנע בחורים עקטען דארט, לויט ווי איך האב געזעהן היינט אינדערפרי איז עס פאלנע גיום און גויטעס, עלטערע חברה גראדע, און זיי זענען גוט פארשטעלט ווי אידן,

דער פילם גייט הייסן "ווי איז יואל בוים?" עס מיינט נאכנישט אז מ'גייט דארט פארשעמען אידן, און נישט אלעס וואס מ'שרייבט איבער אידן מיינט אז ס'איז מיאוס און מ'פארשעמט אונז, לאדעך אפ,

און איך בעט דיך, גלייך אינז נישט צו צי די שווארצע אין הארלעם, וואס ווען זיי גייען ארויס שרייען אויף די גאסן פארשעמען זיי זיך, און יעדער ווייסט אז דאס זענען די שווארצע פון הארלעם, די נידעריגסטע גיום, די ווילסט נישט אז די אידן פון וויליאמסבורג זאלן באקימען די זעלבע נאמען,

דאס וואס די זאגסט אז כלל טוער'ס זאלן פארפירן ביסטו גערעכט, מען דארף אנריפן די פירמע אז זיי זאלן זיך אפטראגן פון דא, דאס איז זייער א נארמאלע זאך, מ'קען זיי מסביר זיין, מ'קען זיכער גיין נארמאל צום טיש מיט זיי, אבער נישט ווי די זאגט גיין שרייען און פארפירן און ווי די אפגעריסענע בחורים און כולל אינגעלייט טוען טאקע, איין היץ-קאפ קלאפט אויס אין כולל אז מ'דארף פארפירן און אלע לויפן אויף די פיר, זיי פארשעמען אונז, מוחה זיין זאלן זיי קעגן די וואס שמועסן ביים דאווענען און ביים ליינען, נישט שרייען אויפן גאס פארן גוי פפפוי, דאס איז קלאר נישט דער נארמאלער וועג, די אינגעלייט זענען שוין ליידער צוגעוויאוינט דא אין וויליאמסבורג אז יעדע זאך וואס עס איז נישט לרוחם מאכט מען געוואלטאטן און מ'שרייעט מיט קולות אויף די גאסן, לא זו הדרך,

מיר זענען נישט קיין שווארצע און מיר וויאוינען נישט אין הארלעם!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2008 23:08 לינק ישיר 

ווי אזוי גייט די מאווי הייסן אין ענגליש?
איך בין זייער נייגעריג




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2008 23:09 לינק ישיר 

Where is Joel Boum

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/1/2008 07:43 לינק ישיר 

ברענג א לינק,
איך האב עס נישט דעקענט טרעפן ביי www.imdb.com



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > א מאווי ביי לי עוו. קארנער פארקאש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext