א פעליטאן ארטיקל
איך בין נישט צי באקאנט אין די האט ליינס איך וועל מודה זיין אז איך האב אביסל געהערט
די האט ליינס אבער דאס ציזאם שטעלן אין מאכן א סך הכל האב איך געמאכט היפש
ביסל ריסערטש
די האט ליינס אויסער דעם ווי יעדער פין די דעמעגאגאן האלט אז יעדער איז א שייגעץ
אין נאר ער איז לשם שמים אין מיינט דעם אמת
גייט אויך אן א העפטיגע ראבריי אינערהאלב די דעמעגאגאן ווי יעדער האלט
אז די אנדערער דעמעגאג איז א שייגעץ אין ער איז דער צדיק
יעדער פין זיי האט א מעלה
איינער האט שפראך
אין איינער איז היסטארקער
איינער קען וויינען
איינער קען שעלטן
הצד השווה שבהם א כאפצע פין אינטילעגענטע פערדן
וואס דער עולם גולם האט הנאה אינדערמיט
לאמיר אנהייבן
אמססעל
על פי חשבון קען ער די מערסטע פין די אנדערע האט א וועלט מיט ידעות
פורבירט נאך צי מאכן הרב דאמב
שעלט נשט נאר די היינטיגע רבי'ס נאר רבי'ס פין 300 יאר צוריק
בלעם קען זיך פארשטעקן פין זיינע קללות
ער שעלט אויך זיינע קאלעגן
אזוי רופט ער זיי אן
קול מבשר טוילעט וואסער
טוילעט שטאפער שטן רייצער מקוה פלייצער נחום ראזנבערג
געשטטנער ארבעט דירעקט מיט די קאטוילשע קירכע אין קאנפערירט מיט וואטיקאן
יען צווייטן טאג
אלטר משה גאלדבערגער איז דער ארטשוועטשער מישגענער
יעצט נחום ראזנבערג
האט א געזינט קעפל א געניאלישן מוח
ער קלעמט ער פארשטייט פין פילעשי בערג אין ווירשזניא
ביד די היידלבערג מקוואת אין דייטשלאנד
אן עקספערט צי מאכן א האריקען קטרינא אין א ברוינפן גלעסעל
אויב זיינע באבקעס זאל זיין אמת מיז ער שוין לעבן אן ערך 457 יאר
בחורישע יארן אליינס מיז זיין אריבער 80 יאר
פארשטייט פין ארכיטעקט, איזשניריק, אגריקאלטור,
קלף, קדושה, פינאציעל, קריגס סטראטעגיע, שחיטה
האט שוין אראפ געריסן פין ר' מאטעלע וויזניצער ביז אברהם וואלף שטבויער פין קווינס
נישט נאר ער קאווערט די אגענדע נאר ער מאכט די אגענדע
זיין האט ליין ווערט מן הסתם די מערסטע געהערט
ווייל סאיז געמישט יומאר ניוול ציענדיגע טאפיקס אלעס מיט א עקזטאס אין הייפ
ער רייסט אראפ פין די דעמאגאגן
אמססעל ער זאגט אז אמססעל האט געוואלט ארויס ווארפן זיין קינד פין פענסטער
אין ער איז א נערווען קראנקער מישגענר
יודל שיין איז א מוחזק שקרן
אלטר משה גאלדבערגער
אלטר משה איז א גאסן מישגענער זיין מעלה איז ער קען וויינען
אן עגאיסט איינס אין די וועלט
קיין גרויסער חכם איז ער נישט באהוונעט אין די וועלט אויך נישט
רייסט אראפ דעם
אלע רבי'ס אלע בעלי מכשרים אין יעדער וואס איס קעגן די איראנער
דער ברך משה אין דער היינטיגער רבי זיי זענען געטשקעס
ער איז החאחדות הרבנים ,הגז"ל איז גוט געווען פאר 20 מינוט
ער רייסט שטארק אראפ קול מבשר ער זאגט סאיז כפירה