|
|
| נשלח ב-14/1/2008 21:18 |
|
| |
נו שוין, נישט קיין מחאה, איז עכ"פ אן אנטשולדיגונג. עפעס. כ'מיין וואו איז דאס געהערט געווארן אז זאלי'ס משתמשים מעגן אריינגיין אין קלויסטער און פון די הייליגע זאליס קומט נישט קיין שום מחאה.
_________________
|
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2008 21:22 |
|
| |
זינט דער נועם המדות האט זיך גענימען זיין כתר הנהגה איז נאכנישט געטוען געווארן קיין עוולה אינערהאלב זיין פארטיי.
אפילו זאלסט האבן ריזיגע סיינס מיט בילדער, ווידיאו קליפס, וועט עס נישט זיין גענונג באווייז פאר זייער זייט אז אן עוולה איז געטוען געווארן, און נישט נאר דאס, זיי וועלן עס לייקענען שטיין-און-ביין, זיי וועלן זאגן אויף שווארץ אז ס'איז ווייס, און אויף טאג אז ס'איז נאכט.
און אפילו ער וועט שוין מודה זיין אז זיי זענען אריינגעגאנגען, וועט עס אבער קיין עוולה נישט זיין, ער וועט האבן הונדערט און איין התירם דעראויף.
עקספעקט נישט פון די נועם המידות פארטיי קיין מוחאה! עס עקזעסטירט נישט אזאנס!
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2008 21:28 |
|
| |
וואספארא פאקטן ס'איז שוין דא דערווייל:
צד ר"א:
1. בילד פון ליובאוויטשער פרוי וואס איז פארהייראט צו סאטמארער יונגערמאן, אין קירכע
2. אנטשולדיגונג מצד קהל יטב לב פאר אן עבירה וואס א ליובאוויטשע פרוי האט געטאן
צד רז"ל:
1. בילד פון ראשי העסקנים, משמשים פון ברך משה ולהבדיל בין טומאה לטהרה רז"ל, אריינגיין אין תיפלה.
2. קיין שום אנטשולדיגונג מצד זאליס, פאר אזא הארבע עבירה פון אייגענע מענטשן.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2008 21:33 |
|
| |
די זאלי היפאקריטן האבן טאקע נישט קיין טראפ בושה.
דעם שבת האט מיילעך ביה"כ שטערן מוחה געווען ביי איינע פון די סאודערן אלייענס בונקערס אין קרית יואל, היתכן אברהם ווידער איז אריין אין קירכע.
בשעת די לוי' איז פארגעקומען איז ר' אברהם ווידער געווען אין... פאלם ספרינגס.
מיר האבן שוין צוגעשטעלט בילדער פון בערנאט און פון גאלד אין תיפלה, אבער די אלייענס האבן דערווייל צוגעשטעלט נאר פאשקעווילן, מחאות און קול ענות חלושות.
לאמיר זען צי די זאליס האבן גאטס און קענען מודה זיין דעם אמת.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2008 22:00 |
|
| |
ס'איז א פאקט אז מרת וויטריאל איז געווען אין קירכע און ס'איז אויך א פאקט אז פון די אנדערע זייט איז מען אריינגעגאנגען אין קירכע, אפאר עסקנים.
איינער פון די מנהלים, גאר א פארלעסליכער מענטש, איז געווען ביי די באגרעבעניש צערעמאניע און עדות געזאגט פאר מיר, און יעצט איז עס פעסגעשטעלט געווארן דורך בילדער.
פון יעצט און ווייטער, נאר דיסקאסן פארוואס טאקע מען האט עס געטאן? און צי מען האט געמעגט, נישט עפעס אנדערש.
נארישע קינדערישע תגובות צו פארדרייען דעם שמועס, וועלן אויסגעמעקט ווערן, און די שרייבערס וועלן נחסם ווערן.
די שענסטע זאך וואלט געווען ווען ביידע זייטן דערקלערן חטאתי עויתי פשעתי און מיט דעם גייט די ווייטאגליכע געשיכטע אראפ פון טיש, אן מאכן א חילול השם און אויפרעגן די סטעיט טרופערס.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 14/01/2008 22:01:57
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2008 22:16 |
|
| |
דא איז דער פסק פון הגר"מ שטערנבוך. בעריש פרייליך טענה'ט אז די לוי' איז נישט געווען אין די תיפלה אליינס, און וועגן דעם האט ער זיך פארלאזט אויף הגר"מ שטערנבוכ'ס היתר.
.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2008 22:53 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2008 22:56 |
|
| |
מצורף קובץדי טיר וואו די משמשים פון רז"ל זענען אריינגעגאנגען אין קירכע. יא, זיי האבן נישט געוואוסט אז ס'איז עין רואה...

|
|
|
|
|