בית פורומים אנשי שלומינו

א פרישע פירצה מערער זיין אויף גיטין

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/1/2008 23:19 לינק ישיר 
א פרישע פירצה מערער זיין אויף גיטין


די וואך אין דער איד ערשיינט א פרישע בריוו פון תחדוס, דאס מאל זענען זיי מערער אויף א דעם געשריבענעם גט דורך בי"ד של וואלהענדלער, פאר דעם יואל מארקאוויטש, איך בין ממש געווארן אויפגעטרייסלט פון דעם געדאנק, אויב גייט דאס ווערן א סטאנדארט, ווען מען וועט וועלן מאכן א גט וועט דע פרוי טוישן דעם וועג ווי זי שרייבט דעם נאמען, און דערנאך מערער זיין אויפן גט, ביז עס וועט חלילה ציקימען אז מען וועט חלילה מערער זיין אויף גיטין לאחר קבלתן, וואס אויסערן חרם דר"ת הידוע קען חלילה אזוי ציקימען להרבות ממזרים בישראל,

"מען טאר דאס נישט צילאזן מען דארף זיך צאמנעמען און באקעמעפען די פירצה"

יעצט וויל איך פארשטיין אויב איינער קען מיך מסביר זיין, דער בריוו אין דער גוי פאריגע וואך שרייבט תחדוס, אז זיי געהערט פון אפרים שמעון לייכטאג וואס ער איז געווען אין בית דין, אז ער האט בכלל נישט געוויסט אז דע גט איז פאר היתר מאה רבנים, ער האט געמיינט אז סאיז פשוט א גט על ידי שליח, (נישט אז איך גלייב אים), די וואך שרייבט תחדוס אין דער גוי, אז דער זעלבער אפרים שמעון לייכטאג האט זיי געזאגט אז די גט איז נישט כשר ווייל ס'שטייט פריידא מיט צוויי יודין, שומי שמים ער איז אין חרם דרבינו תם, היתכן ער זיצט אין בית דין ער האט א עורעור און ער זאגט גארנישט, איז ער דאך בוודאי אין חרם, ממילא מענדל זילבער איז נישט דארט געווען, און מען האט עס נאך נישט איבער געגעבן, אבער איינער וואס איז דארט געווען און ער האט נישט מערער געווען ער איז אין חרם, (ער זאגט דאך אז ער האט געמיינט אז מען גייט דאס גלייך איבערגעבן סאיז פשוט דורך א שליח),

איין תירוץ האב איך אויף אים אז ער האט נישט געוויסט וויזוי מען שרייבט פרידא, אבער וואס איז מיט דעם מי שאינו בקי בטיב גטין וקידושין לא יהא לו עסק עמהם אז מען קען נישט נעמט מען זיך נישט אינטער




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2008 01:36 לינק ישיר 

איך האב א גאר אינטערסאנטער דאקעמענט וועגן די פרשה אויב איינער קען מיר זאגן וויאזוי מען לייגט דא א ארויף א PDF פאפיר וועל איך עס לייגן אי"ה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2008 05:06 לינק ישיר 

ברוך השם אז די רבנים האבן וואס צו טון,  און גיי ווייס האט אויך וואס צו טון ב"ה

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2008 05:10 לינק ישיר 

ס'איז א גרויסע עוולה צו מישן די טינופות.
איך פארשטיי נישט פארוואס קיינער ביי אונז קען נישט זאגן פאר'ן משב"ק ר' משה פרידמאן ער זאל אויפהערן צו מישן יענעמ'ס צרות.

איך בין נישט פאר מארקאוויטש און נישט פאר פעקעטע.
אבער דאס איז אלעס פון די עבירות פון תש"מ (נחמן בראך יוכיח).

און איך האלט אז אלע גבאים ביים רי'ן טראגן א שטארק שולד פאר'ן נישט הייסן משה פרידמאן אויפהערן מיט די עקלהאפטיגע משפחה מחלוקת.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2008 06:09 לינק ישיר 

אט די ענד
איך בין נישט קיין דיין, און איך ווייס נישט צי די גט איז כשר אדער נישט, ביי מיר איז איין יוד ווי צוויי יודין,  איך האב נאר ארויסגעברענגט איין נקידה, ווי קימט דאס אז איינער וואס איז געזעצן במעמד הגט, און נישט מעורר געווען אז סהאט א שאלה, בשעת מעשה ווען ער האט געמיינט אז מען גייט דעם גט שוין איבערגעבן, דער איז יא אין חרם דר"ת, די קשיא איז נישט פארוואס ער איז יעצט מערער, די קשיא איז פארוואס איז ער דעמאלטס שטיל געווען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2008 06:20 לינק ישיר 

היתכן אז דער איד מישט משפחה טינופות
צי דער אינגערמאן איז א שייגעץ טמא אדער נישט, צי ער איז מעגן א פרוי אדער נישט
איז דאס נישט די ביזנעס פון א צייטונג צי מישן.

איך האב געמיינט אז מיר האבן זיך שוין אויסגעלערענט דאס נישט צו טאן מער.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2008 06:53 לינק ישיר 

איך האב דיר געוואלט שיקן דעם לויערס בריוו פין דעם הר' וואלהענדלער וואס ער סטראשעט מיט מסירה!

איך בין געווען אין איך בין נאך אלץ א ידיד פין ר' יואל מארקאוויטש איך האב אים אסאך געהאלפן פאריאר אין איך בין אליינס געווען אין גערעדט מיט הר' וואלהענדלער !

ער וויל אויספירן אין שטערן דאס אומשולדיגע ווייבל פין באקומען א כשרע גט פאר זיין תאות הניצחון !

ער פרובירט אין דרייט אן ר' יואל אין פארדרייט אים זיין קאפ אין באשמוצט ר' יואל זעלבסט!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2008 06:54 לינק ישיר 

יא איך רעד פון לייכטאג און איך וויל פארשטיין זיין דו פרצופין'דיגע צוגאנג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2008 07:13 לינק ישיר 

 


לייכטאג איז נישט געווען דער סופר!

לייכטאג האט וואלהענדלער געזאגט אז ער האט א גט וואס מען גייט איבערגעבן דורך א שליח ער איז נאר א דיין !

די גאנצע גט איז געווען א כאפ לאפ אן קיין חשבון !

אין קיין איין נערמאלער רב וואס איז יודע בטיב גיטין וקדושין שטייט נישט אין ווארט מיט הר' וואלהענדלער - אפי' זיין איינציגסטע ידיד נפש שמואל פריעד האט ער זיך צוהארגעט ביי די פרשה !

אויב איז ר' יואל מארקאוויטש קליג אין זיין משפחה וויל ער זאל קענען חתונה האבן אין אויפבויען א בית נאמן בישראל - זאלן זיי זאגן פאר הר' וואלהענדלער א גרויסער ישר כח פאר מאכן אזא מחלוקה על לא דבר אין אים זאגן ער האט נישט צוקויפען א סעלפאן פאר ר' יואל אין אים פארדרייען זיין קאפ אין היטן אויף אים 24 שעה נאר זיי ווילן גיין זי דין תורה אזוי ווי די הייליגע תורה הייסט אונז!



תוקן על ידי איחדמעמבר ב- 13/01/2008 7:22:15




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2008 07:28 לינק ישיר 

איך זע נישט אזוי שלעכט אין דעם בריוו

ער שרייבט אז זיי האבען געשריבען ליגענט אין זייער בריוו, אויב איז דאס אמת איז זייער שרעקליך.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2008 07:40 לינק ישיר 

 

א' : זיי האבן נישט געשריבן קיין איין ווארט ליגענט- זיי האבן נאך אסאך סחורה  זיי האלטן זיך צוריק אויפדערווייל ארויסציגעבן מער פין וואס עס פעלט אויס!

ב' : לאמיר זאגן זיי האבן געזאגט ליגענט - מען האט שוין געהערט אזאונס איין רב זאגט אויף א צווייטער רב ליגענט כבר היה לעולמים - אבער א רב זאל שרייבן
 YOU MAY ALSO BE VIOLATING FEDERL LAW . AND THEY SHOULD PERSUE ALL AVAILABLE ACTIONS
דאס האט נאך קיין רב נישט געשריבן פאר קיין אנדערער רב אדער בית דין אין היסטוריע !

אויב האסטו שוין יא געהערט אזא זאך ביטע לייג ארויף א בריוו - מיר זענען אידען אין מיר האבן א תורה אפי' נאר שיקן אזא בריוו איז געטרעטן אויף די תורה הקדושה אין מיינע אויגן !



תוקן על ידי איחדמעמבר ב- 13/01/2008 7:42:03




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2008 08:41 לינק ישיר 

 

יעדער וואס האלט ער האט א השפעה אוף הר' וואלהענדלער זאל אים בעטן ער זאל לאזן ר' יואל מארקאוויטש אין דאס ווייבל גיין צי דין תורה אדער ביי א שליש אין ער זאל זיך שלאגן מיט אלע רבנים אין בתי דינים אויף א צווייטנס בלוט!



תוקן על ידי איחדמעמבר ב- 13/01/2008 8:44:58




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2008 09:03 לינק ישיר 

מען האט שוין געהערט אז א רב זאל זאגען אויף א צווייטען ליגענט!!!

נא אז מען האט שוין געהערט איז יענער א קלענערער פארברעכער?

ער ווארנט אים אין בריוו אז זאגען ליגענט איז קעגען געזעץ, מן הסתם פארשטייט ער אז צו שרייבען אז עס איז קעגען הלכה וועט זיך יענער זיך נישט צו שטארק דערשרעקן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2008 09:09 לינק ישיר 
קאמעטארען זענען איבריג......

איחדמעמבר שרייבט:
דאס האט נאך קיין רב נישט געשריבן פאר קיין אנדערער רב אדער בית דין אין היסטוריע !

אויב האסטו שוין יא געהערט אזא זאך ביטע לייג ארויף א בריוו - מיר זענען אידען אין מיר האבן א תורה אפי' נאר שיקן אזא בריוו איז געטרעטן אויף די תורה הקדושה אין מיינע אויגן !


וואס זאגסטו צו דעם איחדמעמבר'ל?







תוקן על ידי חלקאלף ב- 13/01/2008 20:50:57




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/1/2008 16:05 לינק ישיר 

attheend כתב:
לייכטאג זאגט פאר סיי ווער ס'וויל הערן, אז ער איז געווען דארט "נאר" ווייל ער האט געוואלט זע ןווי אזוי ס'גייט צו א גט. (אפגערעדט פון דעם אז א קהלה נעמט אויף א דיין וואס האט נאך אין זיין לעבן נישט געזען א גט). ער איז נישט געווען א חלק פון די בית דין, ער איז געווען א "פלענע קוקער" ער קען נישט די פרטי הלכות פון שרייבן נעמען. יעצט פארשטייסטו?      

איך האב מברר געווען ביי פעקעטע דעם פרייטאג, און זיי האבען מיר געזאגט אז אפרים שמעון איז יא געווען דיין ביי די גט, נישט סתם א ציקיקער נאר א דיין אין בית דין, און אז זיי ווייסען אז ער האט געוויסט אז סאיז היתר מאה רבנים, נאר ער איז געקימען צי סאחדעס זיך לערנען פאר גיטין, האט אים איצא געוואלט ארויסטראסקען, האט ער באשלאסן צי פארראטן די גאנצע זאך.

און די גאנצע מעשה וואס אפרים שמעון האט געזאגט הייבט נישט אן צי קלעבן, ווייל ער האט דאך געזען אז מען מאכט א שליח פאר א גט פאר וויליאמסבורגע ווייבל, (ער איז צי א גרויסע נייגעריגע יאכנע אז איך זאל גלייבן אז ער האט גארנישט געוויסט), און ער איז דאך געקימען ציזאמן מיטן סופר וואס איז געווארן שליח, און דער שליח האט גארנישט געוויסט?

די אמת איז וואס רש"י זאגט אין פרשת דברים וידועים לשבטיכם - שהם ניכרים לכם, שאם בא לפני מעוטף בטליתו איני יודע מי הוא ומאיזה שבט הוא ואם הגון הוא, אבל אתם מכירין בו, שאתם גידלתם אותו, לכך נאמר וידועים לשבטיכם: אז מען נעמט א דיין וואס מען ווייסט נישט וויזוי ער איז אויפגעוואקסען אין פאבליק שולע אין פראנקרייך נעמט מען א ריסק אז ער איז מעוטף בטליתו אבער אינעווייניג איז גארנישט דא נאר פשוט אייגענע אינטערעסן קיין שום פניה של אמת



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2008 19:52 לינק ישיר 

א רב האט געשיקט יענער בריוו אדער א פלענער מענטש אין מיינע אויגן זעהט מיר אויס הרב אברהם יושע העשיל וואלהענדלער פונקט ווי הרב משה יעקב יוסף בראך א מסור וואס האט ליב אין מאכט מחלוקת !

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אנשי שלומינו > א פרישע פירצה מערער זיין אויף גיטין
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext