| נשלח ב-13/1/2008 19:56 |
|
| |
גיי ווייס וואס נאך האט דיך פעקעטע געזאגט פרייטאג ?
דער לייכטאג איז געווען גיט ביז יעצט . יעצט ווען ער ווייזט ענק אז ענק זענען קעגן די הלכה אין ענק זענען נישט גערעכט ווערט ער א פראנקרייך פאבליק סקול תלמיד ?
איז נישט דער יואל מארקאוויטש א תלמיד פין הרה"ג ר' אברהם לייטנער ז"ל ? האט ער נישט געזאגט א פלאם פייערדיגער דרשה אז די ארונים גייען אין ערכאות ? אויפן גיין מסרן די דיינים האט ר' שניאור זלמן ז"ל אויך געגעבן א היתר אדער עס איז דא א היתר מאה רבנים אויף דעם אויך ???????
ווי איך הער איז דער בראדער רב מיט זיין 35 כולל אינגעלייט רבנים פין די היתר מאה רבנים קען א פלענען כולל אינגערמאן זיך רופפען א רב? מילא דער בראדער רב ער איז דאך בראדער רב אדער די אינגעלייט ווי קענען זיי חתמנן ?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2008 20:40 |
|
| |
איך האב היינט געהערט אין ביהמ"ד אז פאריגע וואך זענען ביידע צדדים שוין געווען ביי התאחדות הרבנים מסדר צו זיין א גט, אבער ווען דער יוגנערמאן האט געזען אז וואלהענדלער איז נישט דארט האט ער געמאכט פליטה און אלעס איז געבליבן ווי פריער.
נו, ווער איז שולדיג אז דער אומשולדיגער יונגערמאן ווערט נעבעך פארפירט קעגן זיין אייגענע טובה וועגן, אויב נישט קיין אנדערער ווי דער וואלהענדלער?...
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2008 20:43 |
|
| |
דערסיגעטער, זעט אויס אז די ווייסט נישט וועל איך דיר מגלה סוד זיין.
א היתר מאה רבנים דארף האבן 3 רבנים, די איבריגע 97 קען זיין סתם איינער, אפילו איינער וואס קען נישט הלכות גיטין וקדושין.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2008 20:48 |
|
| |
סיגיטער, איך בין נישט קיין ענק, און נישט קיין אינז, איך האב שוין פערזענליך גערעדט צי ביידע, און איך נעם נישט קיין שטעלונג, ווייל די צוויי זענען זיך סותר, און איך ווייס נישט ווער סאיז גערעכט, וואס איך זאג יא איז, איינס, דער איד דארף זיך נישט מישן אין משפחה גארבידש, צווייטנס, רבנים זאלן נישט זיין קיין היפאקריטן.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2008 21:43 |
|
| |
די מעשה שטינקט פון אויבן ביז אונטן, אזוי קוקט אויס ווען מ'האט "גוטע" מענטשן וואס זוכן "צוצוהעלפן"..
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2008 07:06 |
|
| |
עס איז באמת שווער צו שרייבן איבער יענעמס צרות, נאר איך האב גראדע אסאך ארום געטוען איבער די נושא אין אנדערע קעיסעס.
איך קען דעם הרב וואלהענדלער פין אנדערע קעיסעס, אין על פי רוב האט יעדער הנאה פין עם, אין קען צענדליגע יונגעלייט וואס זענען דורך געגאנגען שבעה מדורי גיהנום פין די א"ג רעבנים, ליידער איז באקאנט אז סיי ביי השגחות, דיני תורה, אין עניני גטין, איז דא איין זאך וואס אינטערסירט די רעבנים, אין דאס איז געלט, חוץ מזה איז קיינמאל נישט געווען אזא חוצפה ביי די פרויען ווי מען זעט היינט, אין נישט פארדעם האט ר"ג מתקן געווען דעם חרם, דאס ווערט אביוסד דורך די היינטיגע פרויען, פאר קיינעם נישט געווינטשען דורך צוגיין וואס יונגעלייט מאכען היינט מיט, אבער ח"ו אז עפעס מאכט זיך, וועט איר זיין דאנקבאר פאר די אויפטו פין הרב וואלהענדלער.....
אגב האט זיין סטראשע בריוו אסאך אויפגעטון אין די וואך איז קיין בריוו פין די דריי חברה שוין נישט געווען.....חוץ די בריוו אקעגען דעם גט, וואס אגב האט הרב וואלהענדלער אפגעשריבען א מעכטיגע ספר אויף שמות גטין, וואס די אנדערע דריי חברה קענען איינפאקען......
אמעריקע איז טאקע א פרייע לאנד, אבער מען קען נאך אלס נישט טון וואס מען וויל, איך מיין אז די אינגערמאן האט גאר א שטארקע קעיס, אין נאך אלעם האט דאך סאטמאר געוויזען דעם וועג.....
די היימישע רבנים זענען ליידער קאראפטעד פין קאפ ביז פיס, אין די קידוש השם אין די פרעסע איז געוואלטיג גרויס......
attheend די אכט פינקטען וואס די ברענגסט זענען להפך פין די פאקטען.....
איך ווינטשט טאקע קיינער זאל נישט דארפען צוקומען צו הרב וואלהענדלער, אין זאל זיין שלום ושלוה ביי איעדעם איינעם, אבער זיין אויפטו וועט זיין א באמבע פאר די אוהבי בצע, אין די פרויען וועלן טראכטן צוויי מאל פארן אנפאנגען א גאנצע מהפכה צוליב א טאטע וואס וויל זען זיינע קינדער....
ולא ישמע עוד.......אין זאל זיין נאר שמחות ביי אידען..........
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2008 08:00 |
|
| |
איך האב גערעדט צו איינער פון די פארוואלטער פון דער איד, און יענער האט מיר געזאגט אז סאיז טאקע א טעות אבער מ'קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט איינעם, דעריבער גייט עס אריין, אפילו עס איז א עוולה
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2008 23:31 |
|
| |
איינער וואס לייגט אין צייטונג יעדע וואך וואלט איך און די זיך נישט משדך געווען
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2008 23:55 |
|
| |
וואס איז די מעשה דא ווייס איך נישט פונקטלעך, אבער מאך נישט פון וואלהענדלער א צדיק... ער ארבעט אויך פאר געלט פונקט ווי אלע רעבנים (כלשונך), ער איז פונקט אזוי קאראפט ווי אלע רעבנים (כלשונך), ווי סקוקט אויס פון דעם מעשה וואלט שוין לאנג געוועזען א הסכם מיט א גט ווען נישט דער מישט זיך אריין
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2008 19:20 |
|
| |
השומר_שבת, עס איז אינטערסאנט האסט פארעגסן צו דערמאנן אז וואלהענדלער האט גענומען $20,000 (צוואנציג טויזענט דאלער) פאר די היתר מאה רבנים. און די אמת איז אז איך פארשטיי פארוואס דו האסט פארגעסן, עשרים אלפים ככר כסף ביני ובינך מה היא
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2008 22:43 |
|
| |
גרויס נייעס האסט דען נישט געוויסט אז קיינער איז נישט דא אימזיסט, און מיט דעם אלעם טרייב עס נישט איבער, די אנדערע דיינים דארט מיטן סופר (וואס האט זיי נישט געפאסט אליין צי בעטן אבער מאכען זיכער מען פארשטייט) האבן פין די צוואנציג אלפים אראפ געשניטן, נישט נאר וואלהענדלער איז געווען א גאליציאנער, דער לייכטאג מיטן סופר זענען אויך נהרג על שוה פרוטה.
און נישט נאר שונאי בצע האט משה רבינו נישט געטראפן, נאר נבונים אויך נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2008 23:06 |
|
| |
פארדעם איז ער נאכנישט קיין היפאקריט.
נאך אלעם איז יצחק שטיין אז שטיקל נוגע בדבר וועגן אינטערנעשאנעל.
אבער איך קום צוריק צום פאינט:
פארוואס דארף דער איד מיש די טינופות? געוואלד פארוואס?
פארוואס האבן מיר זיך נישט אויסגעלערנט צו שטיין כמטחוי קשת פון משפחה מחלוקת'ן. וואס ברענגט עס אונז?
אז איצא גליק ווי מישן כאזעריי, נאו פראבלעם. אז וואלהענדלער קריגט זיך מיט מענדל זילבער, איטס היס פראבלעם
אבער פארוואס דארפן מיר אריינגעצויגן ווערן דערין.
די פראבלעמען פון דאס יונגע ווייבל אין דאס קינד, וועט נישט אוועקגיין אדער געלינדערט ווערן ווען דער איד וועט יעדע וואך אריינשטעלן 20 פול פעידזשעס.
דער איד וועט נאר שמוציג ווערן.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2008 23:26 |
|
| |
אט די ענד
קיין שום היפאקריטיזם איז דא אין מיינע ווערטער, איך האב נאר ארויס געברענגט איין פאינט, וואס מיר האבן בקבלה פון זיידן תרח, אז כל הדורש דורש לעצמו, קיינער מיינט נישט דעם באשעפער, יעדער מיינט זיך, ר' מענדל זילבער און ר' יושע העשל וואלהענדלער מיינען אויך זיך, און דער אפרים שמעון לייכטאג און ר' יעקב זיידא וואס האבן געטאנצען אהין און צוריק מיינען אויך זיך, געלט כבוד וכו'
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2008 21:09 |
|
| |
איך האב גערעדט היינט צי א רב וואס האט פראבירט פארהאנדלען מיט די צוויי צדדים, קיין סאך האט ער נישט געוואלט רעדן, אבער ער האט מיר געזאגט אז די צוואנציג טויזענט דאלאר וואס מען פארקויפט דא אז וואלהענדלער האט גענימען איז נישט אמת, (אפשר די אנדערע דארט האבן גענימען)
דרך אגב איינער ווייסט צי דער איד האט שוין פרישע שמיץ אויף די פרשה
|
|
|
|
|