דער פותח האשכול איז סתם א שקרן
"סתם" א שקרן הייסט ווען איינער וויסט גארנישט פון א געוויסע נושא און שרייבט ווי זיין הארץ באגערט. דו באלאנגסט אין אט די קאטעגאריע !
נישט קיין שותף סתם א ליגענט.
ווען דו וואלסט געמאכט דעם 'האומווארק' וואס איך האב געמאכט וואלסטו נישט געשריבען אין די וועלט אריין.
איך האלט אויף אזא גראבע שקר און מכה רעהו בסתר זאל מען חוסם זיים דעם כותב.
את האלקים אני ירא! איך וואלט נישט געמאכט קיין שאדען פאר א מענטש ווען איך בין נישט איבערצייגט 101 פראצענט !
ובעיקר, איך וויל נאר אז מ'זאל דאס מתקן זיין כדי די ערליכע אידען זאלען קענען ווייטער קויפען ריינע ירקות.
דו פון דיין זייט, וואס דו ווייסט גארנישט וואס דארט טוט זיך און דו מאכסט קאלט (אשר קרך) דעם ציבור, ביסטו עתיד ליתן דין וחשבון פאר יעדען איינציגען שרץ וואס דער קונה וועט עסין !!!
לפני עור לא תתן מכשול.
חזור בך.