בית פורומים כל העולם כולו

קידוש השם! ומודה ועוזב ירוחם

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/1/2008 16:10 לינק ישיר 
קידוש השם! ומודה ועוזב ירוחם

היינט צופרי איז פארגעקומען א היסטארישער מאמענט אין די היסטאריע פונעם יהדות החרדית, וואס איז לדעתי העני' כמעט פרעצעדענטלאז און א ריכטיגער קידוש השם, ווען די הנהלה פון קהל יטב לב ד'סאטמאר האט עפנטליך אנערקענט אז ס'איז געווען א פארדריסליכער טעות וואס ס'האט פאסירט פאריגע וואך ביי די צערעמאניע פון דעם פארשטארבענעם פאליציי מאן וואס האט גורם געווען א שטארקער חילול השם, ווען א געוויסע פרוי וואס איז שלעכט רעפזענטירט געווארן אלס פארשטייער פון קרית יואל האט אויפגעטרעטן אין א מקום טומאה.

אבער אנשטאט פרובירן דאס צו פארווישן ווי ס'וואלט געווען דער פאל אין אנדערע מקומות האט קהל יטב לב, אויפן באפעל פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק מסאטמאר שליט"א, פארעפנטליכט א מחאה נמרצה איבער וואס ס'האט פאסירט, און דערמיט גורם געווען א געוואלדיגן קידוש השם ביים ארויסווייזן אחריות און ערנסטקייט ווי ס'פאסט פאר א קהילה קדושה בישראל וואס שטייט אונטער די הנהגה רוחנית פונעם מנהיג הדור, און נעמען פולע פאראנטווארטליכקייט אויף די פאסירונג מיט א שטארקע האפענונג אז ס'זאל מער נישט פארקומען.

גלייכצייטיג האט קהל אויך מוחה געווען אויף די פרעכע חוצפה פון עטליכע יונגעלייט, פארשטייער מצד די זאליס, וועלכע זענען בריש גלי אריינגעגאנגען אין דעם זעלבן מקום טומאה. עס איז צום ערווארטן אז די פירער פון די "הנהגת התורה" פארטיי זאלן כאטש יעצט ארויסווייזן דאס ביסעלע מוהט און כאטש 'נאכטוהן' (א זאך וואס זיי גלייכן שטארק...) די סאטמארע קהילה מיט זייער קידוש שם שמים.

דאס האב איך באקומען אין אימעיל:

http://www.yousendit.com/transfer.php?action=check_download&ufid=8DE9E45170BE4E56&key=f13ee6566d6c040308b07be8bae80a13cec415af


_________________

If it's good marketed you'll buy it, but if it's real you'll FEEL it



תוקן על ידי געגאנגען ב- 14/01/2008 16:28:08




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/1/2008 16:37 לינק ישיר 

איך האב געהאלטן אז מען איז נישט מחויב מוחה צו זיין אויף די שריט פון א פרוי וואס איז ניטאמאל קיין סאטמארע, אבער קהל האט באשלאסן צו טאן לפנים משורת הדין און יא מוחה זיין.

יעצט לאמיך זען צי די זאליס וועלן טאן די זעלבע זאך און מוחה זיין אויף דעם וואס זייערע רעפרעזענטעטיווס, היימישע לעלוס, זענען אריין אין תיפלה.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/1/2008 16:42 לינק ישיר 

דער טעקסט פון די מחאה:

לאגא פון קהל יטב לב

ב"ה

יום א' לסדר ה' ימלוך לעולם ועד תשס"ח

מחאה נמרצה

היות שבשבוע שעבר הופיעו איזה עסקנים חרדים מכמה

מקומות וגם מפה עירנו, במקום טומאה בית תיפלתם רח"ל

בעת מעמד קבורת אחד מחסידי אומה"ע, וסמכו עצמם על

היתרים שונים משום איבה ומשום מוראה של מלכות וכו'

על כן הננו מוחים נגד זה

אוי לנו מיום הדין ואוי לנו מיום התוכחה, שלדאבון לב

יראי ה' נעשה בתוכינו דבר חמור ונורא כזה אשר לא

יעשה כן בקרב ישראל

והוא רחום יכפר עון, ונקוה על העתיד שלא יהיה חלילה פרץ

וצוחה ברחובתינו, ונעמוד על משמר קדושת מחנינו, עדי נזכה

לביאת גוא"צ בב"א

הנהלת הקהלה

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/1/2008 17:22 לינק ישיר 

די לינק איז שוין עקספייערט



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-14/1/2008 17:24 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/1/2008 18:07 לינק ישיר 

שכוח



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-14/1/2008 19:12 לינק ישיר 

יעצט ווארט מען אז די זאליס זאלן טאן וואס זיי דארפן און מוחה זיין אויף יואלי גאלד, יצחק בערנאהט און אברהם יעקב פרידמאן.

לאמיר זען צי זיי האבן אויך גאטס איינצוזען אז זיי זענען באגאנגען א פארברעכן. כאפטס אריין א וואדקע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/1/2008 19:31 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/1/2008 20:06 לינק ישיר 

מצורף קובץ

דאס איז די אמתע סיבה פארוואס די אהרונים האבן זיך שוין אויפגעוועקט און געמוזט על אפם ועל חמתם ארויסקומען מיט א מחאה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/1/2008 20:07 לינק ישיר 

די ווענט פון די בתי מדרשים אין קרית יואל זענען דעם פרייטאג נאכמיטאג באהאנגען געווארן מיט די מחאה, און די אהרונים האבן געמוזט שפייען בלוט!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/1/2008 20:49 לינק ישיר 

דאכצעמער אז אריין אין ציוניסטישען בגץ איז טויזענט מאל ארגער ווי אריינגיין אין א תיפלה
זאלי מעגסטיך שעמען...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/1/2008 20:53 לינק ישיר 

אלע בונקערס אין קרית יואל זענען געווען באהאנגען מיט דעם צעטל, כא כא כא.

נישטא ווער ס'זאל לאכן... כאפטס אריין א וואדקע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/1/2008 20:56 לינק ישיר 

נו פארוואס קומט נישט ענקער קעהילע ארויס מיט א מחאה דערקעגן?...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/1/2008 21:25 לינק ישיר 

דוד, דו זעהסט אוודאי ווי ווייניג מאל איך ענטפער דיר, און קיינער גייט מיר נישט פרעגן פארוואס..

אבער, לאז מיר נאר איבערזאגן דיין זאץ, ווייל ס'ווייסט דיין גרויסן סכום איי-קיו:

די אמת'ע סיבה פארוואס "קהל" אין קרית יואל האט געמוזט ארויסקומען מיט עפעס א צעטל, איז ווייל: ר' הערשל טויב, און ר' יואליש מארגענשטערן האבן מוחה געווען.. חאחאחאחאחאחא

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/1/2008 21:59 לינק ישיר 

כ'האב פארגעסן נאך עפעס:


אז דער איד האט געשריבן דערוועגן!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/1/2008 22:57 לינק ישיר 

איך וויל דאס נישט שרייבען אין בחדרי חרדים אבער דא אויף אידיש מעג מען.

דאס איז באמת א אומדערהערטע עוולה, אז אידען זאלען אריינגיין אין א קלויסטער האט מען נאך נישט געהערט מימות היינו לגוי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > קידוש השם! ומודה ועוזב ירוחם
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext