ווען דער שופט אין אלבעני האט גע'פסק'נט אז ער קען נישט זאגן ווער עס איז פרעזידענט פון "קהל יטב לב" האסטו פארשטאנען אז ער האט א גוטע טענה אז ער טאר זיך נישט מישן ? ווי קענען צוויי מענטשן זיין פרעזידענט אויף א קאנגערגעשאן ?
צו די האסט אזוי פארשטאנען צו נישט, דאס איז זייער ענטפער, דאס באויפטראגט אויך די קלענערע געריכטן אינערהאלב די סטעיט אוו ניו יארק, און דער שופט וויל זיך בשו"א נישט מישן אינערהאלב די סיכסוכם,
פערטיג, קעיס קלאוזט!
איי, ער האט דאך געגעבן א דעיט ביז ווען מ'זאל אריינשיקן פרישע פאפירן, איהכ"נ, אבער נישט איבער א טענה וואס וועט ארייננעמען אין זיך דער אנטשיידונג פון ווער עס איז "קהל יטב לב" אדער ווער עס איז רבי, ער איז מסכים צו נעמען פאפירן איבער סיי וועלכע מחלוקה אינערהאלב די קהלה, אבער ער זאגט קלאר אז ער וועט זיך נישט אריינמישן אין א קאנפליקט וואס ברויך זאגן ווער עס איז קהל יטב לב,
ער האט עס זייער קלאר געזאגט, און מ'קען דעראויף זאגן "בור כרה ויחפריהו".... מיט זייער טענה אז ס'איז א רגעליעזע אישו און דער געריכט טאר נישט אריינרעדן, מיט די טענה האט מען זיי יעצט אנגעפאטשט,
|
|