| נשלח ב-15/1/2008 00:01 |
|
| |
חסד אדער סעלפיש
דרייווערס טרעפן זיך אפט אן מיט דעם פאלגנדן פינאמענא. מען קומט אן צו א קארנער, עס שטייט א לאנגע ליין פון קארס און ווארטן עס זאל ווערן גרין. ענדליך ווערט שוין גרין און דער עולם וויל פארן, אבער דער ערשטער קאר פון די ליין טוט א חסד פאר א קעגן-קומענדע קאר וואס וויל זיך איינדרייען, אדער פאר א פיס-גייער וואס וויל אריבער גיין די גאס, און לאזט אים אריבער. דורך דעם קומט אויס אז די גאנצע ליין פון קארס אונטער אים, ווערט אויפגעהאלטן. די אויפהאלטונג איז טאקע זייער א קורצע צייט, אבער צומאל קען די קורצע צייט קאסטן דעם לייט פאר אפאר פון די שפעטערע קארס, און דאן ווערט ער אויפגעהאלטן א לענגערע צייט.
יעצט, צווישן די קארס וואס ווארטן אדורך צו פארן דעם לייט,זענען דא געוויסע וואס יאגן זיך. געוויסע לייטס זענען גרין נאר פאר זייער א קורצע צייט און רויט פאר א לענגערע צייט, וואס מיינט אז פאר געוויסע דרייווערס קען אזא אויפהאלטונג קאסטן פינף מינוט, וואס אין א געיאגטע מינוט, מיינט דאס זייער אסאך. קומט אויס, אז עס איז דא דא צוויי מענטשן צו וועם מען קען א טובה טון, דער דרייווער פון די קאר אין די ליין און דער דרייווער פון די קעגן-קומענדע קאר אדער דער פיס-גייער. סיי פאר וועם מען וועט טון א טובה, וועט לכבוד דעם אויסקומען א אומבאקוועמליכקייט פאר'ן צווייטן. אויב לאזט ער אריבער דעם קעגן-קומענדן קאר אדער דעם פיס-גייער, דאן ווערט דער אונטערשטער דרייווער אויפגעהאלטן. ווידעראום אויב לאזט ער נישט דורך דעם קעגן-קומענדן קאר אדער דעם פיס-גייער, און פארט שנעל אדורך דעם לייט צו העלפן דעם אונטערשטן קאר, דאן דארף דער קעגן-קומענדער/פיס-גייער ווארטן נאך אביסל.
רוב מאל באשליסן די דרייווערס ענדערש אדורך צו לאזן דעם קעגן-קומענדן קאר/פיס-גייער אויפ'ן חשבון פונ'ם אונטערשטן קאר. און די מענטשן טראכטן ביי זיך, אז זיי זענען רואיגע מענשטן, בעלי חסד. ער טראכט צו זיך, וואס יאגן זיך די אונטערשטע קארס? ווארט אפאר מינוט, זאל יענער אדורך גיין. ווי יאגסטו זיך? א.א.וו. ער פילט אז ער איז דער עטישער דרייווער וואס טוט חסד מיט אנדערע אויפ'ן ראוד. אבער פארוואס טוט ער נישט ענדערש א חסד מיט דעם אונטערשטן קאר.
דער תירוץ אויף דעם איז - לויט מיין מיינונג - אז ער וועט ענדערש טון א חסד מיט דעם מענטש וואס איז פארנט פון אים, דהיינו דעם וועם ער קען זען, און יענער קען אים זען, ווייל דאן וועט אים יענער ווייזן א דאנק-צייכן מיט די האנט, און ער וועט צוריק געבן א שמייכל און דאס וועט אים שאפן א הנאה (כל שכן ווען די פאר וועם ער טוט א טובה זענען פון די עם בפני עצמן וד"ל). משא"כ דער קאר וואס איז אונטער אים, וועט אים נישט זען, און נישט ארויס ווייזן אפרישיעישאן אויף זיין טובה, ממילא וואס האט ער דערפון.
קומט אויס אז די מענטשן זענען נישט בעלי חסד. זיי טוען נישט גוטס פאר "יענעם". זיי טוען גוטס מיט זיך. עס איז פאר זיי א גוטער געפיל צו טון עפעס פאר יענעם און וועגן דעם טוט ער עס. ממילא נעקסטיים איינער טוט עס צו דיר, פיל נישט געטראפן פון יענעם, ווען ער קוקט דיך אן ווי א סעלפיש דרייווער, ווייל ער איז פונקט אזוי סעלפיש.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2008 01:12 |
|
| |
ווען איינער זיצט אין אוטו איז שווער צו מאכען דיאלע חשבונות, א איד בעט א טובה טוט מען עס אמאל.
דער עיקר מען וויל זיין גוט אין עס איז גוט אז די ביסט מעורר.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2008 02:03 |
|
| |
סלובדקה. ביזט זייער גערעכט מיט דיין ארגומענט. איך האב שוין לאנג געטראכט דערוועגן. דיין מסקנא איז אויך גערעכט און איך האב ראיות אויף דעם. האסט געזען וויאזוי מענטשן שטייען אין ליין אין גראסערי מיט אזא דרך ארץ? פארוואס ווען מ'טרעפט זיך אפאר מינוט שפעטער אויף די הייוועי אדער ביי די עקזיט פייט מען זיך ווי קליינע קינדער און מ'לאזט נישט אריין קיינעם אדער מ'כאפט אויס יענעם וואס א האלבע שעה פריער וואלסטו זיך נישט געוואגט אים אויסצוכאפן? פארוואס ווען ס'איז דא טרעפיק און א קאר פרובירט זיך אריינשטופן פון א זייטיגן עקזיט לאזט אים קיינער נישט אבער אויב יענער עפנט די פענסטער און בעט אזוי שיין מיט די הענט לאזט מען אים יא אריין?
דער תירוץ איז eye contact, ווען מ'זעט דעם מענטש ווערט מען ווייכער. ווען מ'לאזט נישט אריין א קאר אדער מ'כאפט אויס א קאר טוט מען טאקע דאס: מ'כאפט אויס א "קאר" נישט א מענטש. אבער ווען מ'זעט יענעם זעט מען א מענטש, א בשר ודם, דעמאלס ווערט מען ווייכער.
דעריבער דער ערשטער קאר ביי די לייט זעט א מענטש איז זיך מתחנן ביי אים "לאמיר אריין" אבער די אלע קארס הינטער אים זעט ער נאר אין שפיגל. און וואס זעט ער? קארס נישט קיין מענטשן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2008 04:36 |
|
| |
ערשטנס, ברוכים הבאים צום נייעם שרייבער פון סלאבודקה, וואס האט אזוי גוט און רואיג ארויסגעברענגט א גוטער געדאנק פון חסד וואס מען טוהט פאר 'איינעם' וואס טוהט געווענליך אויפברויזן פילע אנדערע.
צווייטנס, טוה איך זיך טאקע אנטשולדיגן פאר דעם וואס איך האב דורכגעלאזט מיינעם א ידיד וואס האט מיר מיט אויגן פול מיט תחנונים געבעטן אז וויבאלד ער יאגט זיך זייער צו כאפן דעם לייט פונעם נעקסטן גאס זאל איך אים געבן אביסל ארט און צואווארטן ביז ער פארט אדורך.
נאך א נקודה, וואס מען קען זען אז מאנכע דרייווער ווערן פלוצים מחנכים און ווען זיי באגייען אזא אומרעכט ווי פריער דערמאנט, און די וואס זענען אונטער אים און הייבן אן ווערן בייז און נערוועזערהייט הייבן זיי אן צו פייפן און צו פארפירן, טראכטן זיי אז מצוה גוררת מצוה און איצט נאכן טוהן אזא גרויסע חסד אריבערלאזנדיג דעם דרייווער פון פארנט וועלן זיי אויסלערנען די אונטערשטע נערוועזע דרייווער אביסל הכנעה און מידת סבלנות, און כאטש זיי קענען נאך כאפן דעם לעקטער וועלן זיי דווקא פארן גאר שטייט אזוי אז יענער זאל האבן צייט זיך צו בארואיגן ווען ער וועט אויספיען צו כאפן און ווארטן ביים רויטן ליכט. (נישט פארגעסן, זיי פארן אריבער ווען דער לעקטער איז נאך קוים געל).
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2008 09:03 |
|
| |
זייער א גיטע פוינט אין זייער שיין געשריבען
_________________
Stop Hillary And Obama Express
|
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2008 12:26 |
|
| |
סלאבודקה: זייער שיין און גוט ארויס געברענגט
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2008 22:27 |
|
| |
בקיצור נמנו וגמרו אז דער פוסגייער זאל ווארטען ביז משיח, אין קיינער זאל אים נישט אריין לאזען.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2008 17:51 |
|
| |
Dear Friends,
You are all debating if you do a Chesed by letting the opposite car pass; you do injustice to other drivers by letting pedestrians cross the street first, etc.
I'm shocked that none of you posters know the simple rules of the road.
1) Vehicles going straight have the right of the way. Vehicles turning must yield to cars not making turns. So the rule is simple. If you go straight, don't do a Chesed by letting turning vehicles pass first. The guy in the turning care is the SELFISH guy. By the way… Failing to yield ''Right of Way'' is a serious violation and points on your license.
2) Turning vehicles MUST yield to pedestrians in crosswalk. So if you want to make a turn, you must first let people cross the street. I know that this is very hard in Flatbush and BP, but it is still the rule. I for myself, if a car turns right in front of my nose almost touching me, I ALWAYS punch his trunk HARD. If the guy gets upset and jumps out, I just yell in pain ''MY FOOT''.
This rule was upgraded last year. In the past, you were allowed to turn if the pedestrian in the crosswalk was already in the other part of the crosswalk on a 2 way street. Now, the pedestrian has to be completely out of the crosswalk.
It is shocking to see how many heimish people don't know the simple rules of the road. I got such a yelling once from a guy why I was such an ''in-mench'' and did not wait for him to turn. Told him nicely that you are not just an ''in-mench'' but also a beast. If you would have crashed in my car, you would be at fault.
http://koshertravelinfo.com
Kosher Passover Hotels and Resorts
_________________
http://www.koshertravelinfo.com
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2008 03:42 |
|
| |
אז מען רעדט שוין פון דעם ענין, איז וויכטיג ארויסצוברענגען איין זאך.
ווען א קאר דרייט זיך איין ווען עס איז ביי אים גרין, האבען פיס גייער די "רייט אויף וועי", דאס מיינט ער דארף ווארטען ביז די פיס גייער גייען דורך און נאכדעם ערשט מעג ער זיך איינדרייען.
וואקענדיג אסאך אויפ'ן גאס זעהט עס אויס ווי רוב דרייווערס ווייסען נישט פון אזא זאך אדער מאכ'ן זיי זיך נישט וויסענדיג, און זיי רעגן זיך נאך אז היתכן ער גייט אדוירך ווען איך וויל מיך יעצט איינדרייען.
|
|
|
|
|